אין אַ דינאָזאַוורישער נעסט

In Dinosaur‘s Nest

אַ קינסטלערישע רעפּרעזענטאַציע פֿונעם באַפֿעדערטן דינאָזאַווער אַנכיאָרניס (רעכטס), אין פֿאַרגלײַך מיט אַ עגיפּטישן לויפֿער
Wikimedia Commons
אַ קינסטלערישע רעפּרעזענטאַציע פֿונעם באַפֿעדערטן דינאָזאַווער אַנכיאָרניס (רעכטס), אין פֿאַרגלײַך מיט אַ עגיפּטישן לויפֿער

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 22, 2013, issue of May 10, 2013.

דינאָזאַווערס זענען אינטערעסאַנטע באַשעפֿענישן. דער לעצטער ליובאַוויטשער רבי האָט אײַנגעפֿירט אַ הנהגה, וואָס שטאַמט, מעגלעך, פֿון ספֿרדישע קוואַלן, נישט צו קויפֿן פֿאַר קינדער קיין שפּילעכלעך, וואָס זעען אויס ווי טרייפֿענע חיות, ווײַל די געשטאַלט פֿון אַ נישט-כּשרן בעל-חי קאָן קאַליע מאַכן די דערציִונג פֿון אַ ייִדיש קינד. אַזאַ הנהגה באַגרענעצט מערקווירדיק די ברירה פֿון די דערלאָזלעכע שפּילצײַג און קאָן גורם זײַן עגמת-נפֿש בײַ אַ קינד. ס׳טײַטש, ליגט אין אַ קראָם אַ גומענער קראָקאָדיל און די עלטערן ווילן עס נישט קויפֿן!

למעשׂה, זענען צווישן מײַנע ליובאַוויטשער באַקאַנטע כּמעט נישטאָ קיין מענטשן, וואָס היטן אָפּ די דאָזיקע חומרא. אין ליובאַוויטשער חרד האָב איך אַמאָל געזען אַן אַקוואַריום מיט אַ פֿראָש; נישט ווייניק משפּחות האָבן קעץ און הינט אין זייער שטוב, שוין אָפּגערעדט פֿון „טרייפֿענע‟ שפּילעכלעך. פֿון אַ פּאָר חב״דניקעס, וואָס זענען יאָ מקפּיד אויף דעם, האָב איך געהערט אַ חידושדיקע עצה: צו קויפֿן פֿאַר קינדער רוסאַלקעס (וואַסערמיידלעך), גאָבלינס, גנאָמען און דינאָזאַווערס, ווײַל די דאָזיקע באַשעפֿענישן עקזיסטירן נישט אינעם רעאַלן לעבן און ממילא קאָנען נישט זײַן טרייף. איין מענטש, אַ געבילדעטער רוסישער בעל-תּשובֿה, האָט מיר דערקלערט, אַז עס זענען קיינמאָל נישט געווען קיין דינאָזאַווערס — די אַפּיקורסים האָבן זיי אויסגעטראַכט.

אין אַ טייל אַנדערע פֿרומע קרײַזן וואָלטן די עלטערן דווקא נישט געקויפֿט די דערמאָנטע ליאַלקעס. אַ רוסאַלקע איז פֿאַר זיי אומצניעותדיק, אַ גאָבלין און אַ גנאָם רעפּרעזענטירן „גוייִשקייט‟ אָדער אַפֿילו עבֿודה-זרה און אַ דינאָזאַווער שמעקט מיט דער „אַפּיקורסישער‟ טעאָריע פֿון עוואָלוציע. אינעם יאָר 1993, ווען סטיווען שפּילבערגס פֿילם „דער פּאַרק פֿון דער יוראַ-עפּאָכע‟ איז אַרויס, האָבן אַ צאָל פֿרומע פֿירמעס באַצירט זייערע פּראָדוקטן מיט צייכענונגען פֿון דינאָזאַווערס. איין מילכיקע פֿירמע, „טעראַ דיירי‟, האָט צוליב דעם פֿאַרלוירן איר הכשר.

אַבֿיגדור קאַוואַלער, דער אויספֿיר-סעקרעטאַר בײַם רעפֿאָרמער טעמפּל „דורף-צדק‟ אין פּיצבורג, שטאַט פּענסילוועניע, האָט אינעם יאָר 1989 אָנגעשריבן אַן עסיי, וווּ עס ווערט באַטראַכט אַ פֿראַגע, צי דינאָזאַווערס זענען כּשר. זײַן ענטפֿער איז אַרײַן אין דער ערנסטער זאַמלונג פֿון „נײַע אַמעריקאַנער רעפֿאָרמער שאלות-ותּשובֿות‟, פֿאַרענפֿטלעכט אינעם יאָר 2004. לויט קאַוואַלערס מיינונג, טאָר מען נישט עסן אַ דינאָזאַווער צוליב צוויי סיבות: דאָס פֿלייש איז טרייף און דערצו סכּנותדיק אַלט.

שלמה אַבֿינר, אַ באַקאַנטער אָרטאָדאָקסישער רבֿ מיט שטאַרק-רעכטע פּאָליטישע דעות, האַלט מער ליבעראַל ווי דער דערמאָנטער רעפֿאָרמער פֿירער, ווען עס קומט צו דעם דאָזיקן ספּעציפֿישן מאָמענט פֿון כּשרות. ער גלייבט, אַז די דינאָזאַווערס האָבן עקזיסטירט, טאַקע מיט מיליאָנען יאָר צוריק, ווי עס האַלטן די הײַנטיקע וויסנשאַפֿטלער, אָבער צי מע מעג זיי עסן? גיי ווייס, אפֿשר טאַקע יאָ.

די וויסנשאַפֿטלער האָבן אָנגעוויזן, אַז לכל-הפּחות אַ טייל פֿון דינאָזאַווערס האָבן פֿאַקטיש אויסגעזען און זיך אויפֿגעפֿירט ווי די הײַנטיקע פֿויגלען, וועלכע שטאַמען פֿון זיי. צי מען מעג עסן, אין טעאָריע, אַ פֿאַרהיסטאָרישן פֿאָרלויפֿער פֿון אַ קאַטשקע? אינעם יאָר 1999 האָט מען באַשטעטיקט, אַז אַ כּלומרשט באַפֿעדערטער דינאָזאַווער, וועלכן מע האָט, כּלומרשט, געפֿונען אין כינע, איז געווען אַ פֿאַלשער. נישט בלויז אין דער „אַנטי-דינאָזאַוורישער‟ פֿאַנטאַזיע פֿון אַ טייל רעליגיעזע מענטשן, נאָר אינעם רעאַלן לעבן טרעפֿן זיך צומאָל אַזעלכע פֿאַלן. עמעצער האָט געוואָלט פֿאַרחידושן די וועלט און צוגעשטעלט אַ טייל פֿון אַן עכטן באַפֿעדערטן דינאָזאַווער צו אַ צווייטן, אַ סך גרעסערן.

מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָבן אַ צאָל פֿאָרשער איבערגעגעבן, אַז אין קאַנאַדע טרעפֿן זיך שטיקער בורשטין, אין וועלכע פֿעדערן פֿון פֿויגלען און דינאָזאַווערס זענען מיט 80 מיליאָן צוריק פֿאַרגליווערט געוואָרן צוזאַמען. דער בורשטין האָט גוט אָפּגעהיט די קאָליריקע דינאָזאַווער-פֿעדערן. אויפֿן הײַנטיקן טאָג זענען באַקאַנט 20 פֿאַרשיידענע משפּחות פֿון באַפֿעדערטע דינאָזאַווערס.

לויט אַ נײַער שטודיע פֿונעם קאַלגאַרי-אוניווערסיטעט, וועלכער געפֿינט זיך אינעם אַלבערטע-ראַיאָן פֿון קאַנאַדע, וווּ מע געפֿינט כּסדר גוט אָפּגעהיטע דינאָזאַווערס, אַרײַנגערעכנט די דערמאָנטע מוסטערן פֿון בורשטין, זענען געוויסע דינאָזאַווערס — טראָאָדאָנען — געזעסן אויף זייערע נעסטן ווי פֿויגלען. דער דאָזיקער מין בעלי-חיים איז געווען, לויט דער מאָס פֿון דער תּקופֿה, אַ רעלאַטיוו-קליינע באַשעפֿעניש — בלויז דריטהאַלטן מעטער די לענג. בערך מיט 75 מיליאָן יאָר צוריק פֿלעגן זיך אָפּוואַרעמען זייערע אייער, שאַפֿנדיק נעסטן אויף אַן אופֿן, וואָס דערמאָנט דעם הײַנטיקן עגיפּטישן לויפֿער (Egyptian plover), וועלכער פֿיגורירט אין אוראַלטע גריכישע לעגענדעס ווי אַ פֿויגל, וואָס חבֿרט זיך, כּלומרשט, מיט קראָדאָדילן, רייניקט אויס זייערע ציינער און וואָרנט זיי אין סכּנותדיקע סיטואַציעס.

מיט עטלעכע יאָר צוריק האָבן די פּאַלעאָנטאָלאָגן אויסגעפֿינען, אַז בײַ די דינאָזאַווערס איז דער טאַטע געוויינטלעך געזעסן אין דער נעסט אויף די אייער, און די מאַמע האָט אים באַזאָרגט מיט שפּײַז. אַזאַ הנהגה טרעפֿט זיך אויך צווישן אַ טייל פֿויגל, הגם אין דער פֿויגלשער וועלט פֿאַרנעמען זיך דערמיט, געוויינטלעך, ביידע עלטערן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.