„דער פֿאַרזאַמלטער עולם‟

The Assembled Parties

JoanMarcus

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published April 23, 2013, issue of May 10, 2013.

די פּיעסע וואָס הייסט „דער פֿאַרזאַמלטער עולם‟ ווערט געשפּילט הײַנט צו טאָג אין „מאַנהעטן טהיעטער קלאַב‟ אין „סאַמיועל דשעי. פֿרידמאַן טעאַטער‟. די פּיעסע האָט אָנגעשריבן ריטשאַרד גרינבערג, אַ ייִד, וואָס דעקט אויף אַלע חסרונות, אַלע פֿאַרזעענישן און אַלע חרפּות און שאַנדעס פֿון אַ ייִדישער משפּחה. די טעמע איז נישט קיין נײַעס אויף דער ענגלישער בינע. אפֿשר איז עס דערפֿאַר, ווײַל די פֿאַרפֿאַסער פֿון אַזעלכע טעאַטער־שטיק זיצן בײַ די פּסיכיאַטערס און רעדן זיך דאָרט אַראָפּ פֿון האַרצן, דער עיקר, שולדיק איז די ייִדישע מאַמע, דער טאַטע, די באָבע מיטן זיידן; און נוצן אויס זייער פּסיכיאַטריע אויף צו שאַפֿן דערפֿון אַ פּיעסע.

דאָ האַנדלט זיך וועגן אַ רײַכער, אַמעריקאַנער, ייִדישער משפּחה, וועלכע וווינט ערגעץ אויף דער מערב־זײַט פֿון מאַנהעטן, אין אַ דירה וואָס פֿאַרמאָגט פֿערצן צימערן פֿאַר אַ משפּחה פֿון דרײַ. שילדערט מען אַ מינהג פֿון דער ייִדישער משפּחה צוזאַמענצוטרעפֿן זיך יעדן „קריסטמעס‟ און פֿײַערן דעם קריסטלעכן יום־טובֿ מיט אַלע פּיטשעווקעס. מען דעקאָרירט דעם „קריסטמעס־בוים‟ מיט קאָלירטע לעמפּעלעך און צאַצקעס, ווי ס’וואָלט נישט נאָר געווען אַ טייל פֿון דער אַמעריקאַנער קולטור, נאָר אַ טייל פֿון דער קריסטלעכער קולטור וואָס האָט אַ שײַכות צו ייִדן.

די משפּחה באַשטייט פֿון א רעלאַטיוו יונגער מאַמע (דזשעסיקאַ העכט), זי איז אַ טראָפּן גערירט אויפֿן אויבערשטיבל, דאַכט זיך זי באַנוצט זיך מיט אַ געהויבענעם וואָקאַבולאַר, נאָר זי פֿאַרשטייט אַ קרענק, אַז שולדיק איז די מאַמע. איר מאַן (דזשאָנאַטאַן וואָקער) איז גאָר אַרײַנגעטאָן אין לינקע געשעפֿטן, געלט איז בײַ אים נישט קיין מניעה. די שוועגערין (דזשודיט לײַט) איז שוין נישט יונג, זי קען זיך גוט אויס אויף יעדן איינעמס פֿאַרבאָרגענע משפּחה־פֿעלערן, נאָר פֿון צײַט צו צײַט שיסט זי אַרויס מיט די אומאַנגענעמע פּרטים פֿון דער משפּחה. מיט איין וואָרט, אַ ייִדישע משפּחה אָן אַ שפּרענקעלע ייִדישקייט ווי זיי וואָלטן אַרויסגעקומען פֿון די הוילע ווענט.

זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר אַן אַסימילירטע משפּחה, דאָ און דאָרט וואַרפֿט מען אַרײַן אַ ייִדיש וואָרט פֿאַרן עולם צו קײַכן, און די צושויער אינעם געפּאַקטן זאַל אידענטיפֿיצירן זיך מיט דער קריסטמעסדיקער ייִדישער משפּחה, וואָס הייבט נישט אָן צו וויסן פֿון זייער פֿאַרגאַנגענהייט, זייער אָפּשטאַם, זייער קולטור. זיי טרינקען, זיי עסן, זיי ערגערן זיך, זיי זײַנען פּוסט און זייערע דיבורים זײַנען לאַנגווײַליקע. ממש אויסגעליידיקטע מענטשן פֿון יעדן טראָפּן גײַסט. שוין אָפּגערעדט פֿון ייִדישן גײַסט.

דער עולם צושויער איז פֿון זעלבן שניט; זיי אידענטיפֿיצירן זיך מיט דער משפּחה אויף דער בינע, ווײַל זיי זײַנען עס אַליין. דאָס וואָס ס‘קומט פֿאָר פֿאַר אונדזערע אויגן, איז אַ דיסינטיגראַציע פֿון אַמעריקאַנעם ייִדנטום. בגילופֿין, געלט־גײַציק און אויסגעליידיקטע ברונעמער פֿון אַלעם וואָס שמעקט מיט ייִדן, פֿון אַלעם וואָס ייִדן האָבן געשאַפֿן דורך די דורות. נישטאָ מער קיין ייִדישע חכמה, ייִדיש וויסן, ייִדישע קולטור אויף דעם אַמעריקאַנעם באָדן, סײַ פֿון די פֿאַרמעגלעכע, סײַ פֿון די אָרעמערע שיכטן, די אַסימילאַציע האָט זיך שטאַרק אײַנגעפֿונדעוועט אינעם אַמעריקאַנעם ייִדנטום.

וואָס זשע איז דער סוף? דער דראַמאַטורג היפּעט איבער צוואַנציק יאָר אין צווייטן אַקט. דאָס געלט איז אויסגערונען, דער זון איז געוואָרן אַן אַרבעטער אין אַ רעסטאָראַן, זײַן מיידל שוואַנגערט, ס’איז שוין דאָ אַ קינד, די מאַמע טאָר נישט וויסן, זי וועט חלשן. די משפּחה פֿאַרזאַמלט זיך ווידער צו פֿײַערן „קריסטמעס.‟ מ׳האָט נישט קיין געלט צו צאָלן פֿאַר דער פֿערצן־צימערדיקער דירה, כאָטש גיי און מאַך אַ בלימל־טאָג אויס רחמנות אויף די יורדים.

כ’האָב מיט אַ צײַט צוריק געזען טשעכאָווס „אָנקל וואַניאַ‟ און די דעמאָראַליזירונג פֿון אַן אַמאָליקער אַריסטאָקראַטישער געזעלשאַפֿט, האָט עס געהאָט צו טאָן מיט אַ צײַט־אָפּשניט, נישט מיט קיין פֿאָלק וואָס ווערט אָן זײַנע וואָרצלען. יענע טראַגעדיע איז נישט געווען אונדזער טראַגעדיע.

די אַמעריקאַנער ייִדישע טראַגעדיע איז אונדז ייִדן נוגע, מ’נעמט און מ’וואַרפֿט אַוועק אַ פֿאָלקס געשיכטע, מ’שײַדט זיך אָפּנישט נאָר פֿון אייגענע, נאַר אויך פֿון אייגענעם קולטור אייגנטום. דעריבער בין איך אַרויס פֿונעם טעאַטער־זאַל גאַנץ דערשלאָגן מיט דאגות־הכלל. נישט שוין זשע גייען מיר אונטער פֿון שוווילטאָג.

מיר איז שטאַרק געפֿעלן די דרייענדיקע בינע, אויף צו באַווײַזן אַלע פֿערצן, מעבלירטע, לוקסוסדיקע צימערן, וואָס אַזוינס איז פֿאַראַן שטעל איך זיך פֿאָר הײַנט צו טאָג בײַ די פּריוויליגירטע.

עס נעמען אָנטייל דזשעסיקאַ העכט, דזשודיט לײַט, דזשערעמי שאַמאָס, מאַרק בלום, לאָרען בלומענפֿעלד, אַלעקס דרייער, דזשייק סילבערמאַן און דזשאָנאַטאַן וואָקער. די אַלע זײַנען פֿעיִקע אַקטיאָרן, צײכענען זיך אויס מיט זייער שפּילן. רעזשיסירט די פּיעסע האָט לין מעדאָו.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.