ברידער ראַטעוועט געליטענע פּאַסאַזשירן

Brothers Save Crash Victims

קען און דניאל העכטמאַנס רעסטאָראַן
קען און דניאל העכטמאַנס רעסטאָראַן

פֿון „שיקאַגע טריביון‟

Published April 24, 2013, issue of May 10, 2013.

שיקאַגע. — די ברידער קען און דניאל העכטמאַן האָבן פֿאַרמאַכט זייער כּשרן רעסטאָראַן זונטיק פֿאַרנאַכט, דעם 21טן אַפּריל, און האָבן זיך געלאָזט אַהיים, ווען אַ לאַסט-אויטאָ אויפֿן שאָסיי, וווּ זיי זענען געפֿאָרן, האָט זיך צונויפֿגעשטויסן מיט אַן אַנדער אויטאָמאָביל. דער אינצידענט איז אויסגעבראָכן אויף דעם גיכן „אידענס עקספּרעסוויי‟, אינעם שטעטל נאָרטפֿילד.

די געקראַכטע אויטאָס האָבן באַלד אָנגעהויבן ברענען. קען העכטמאַן האָט זיך האַסטיק אָפּגעשטעלט; די ברידער זענען אַרויסגעלאָפֿן פֿון זייער אויטאָ, כּדי צו העלפֿן די געליטענע, נישט געקוקט אויף דער סכּנותדיקער שׂריפֿה. אין אַן אינטערוויו דער צײַטונג „שיקאַגע טריביון‟, האָט דער שאָפֿער איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן צוויי מאָל געהערט אַן אויפֿרײַס.

דער 54־יאָריקער דניאל העכטמאַן איז צוגעלאָפֿן צום ברענענדיקן לאַסט־אויטאָ און געהאָלפֿן אַרויסצושלעפּן אַ פּאַסאַזשיר, וועלכער האָט געציטערט פֿון ספּאַזמען. אין דער זעלבער צײַט, האָט דער 60־יאָריקער קען העכטמאַן געלאָפֿן צו דער הינטערשטער זײַט פֿונעם לאַסט-אויטאָ און דערהערט אַ געשריי. ער האָט דערציילט, אַז בשעת-מעשׂה האָט ער נישט געטראַכט, וואָס ער טוט — „דער אַדרענאַלין האָט אים געפֿירט‟.

אונטערן לאַסט-אויטאָ האָט ער דערזען אַ קלענערן אויטאָמאָביל מיט אַ פֿרוי אינעווייניק; אירע האָר האָבן געברענט. לעבן דעם אויטאָמאָביל, אינמיטן דעם פֿײַער, איז געלעגן אַ מיידל. העכטמאַן האָט אַליין נישט פֿאַרשטאַנען, ווי אַזוי עס האָט זיך אים אײַנגעגעבן זיי ביידע אַרויסצושלעפּן פֿון דער שׂריפֿה און צו פֿאַרלעשן די פֿלאַמען. ער האָט אַריבערגעטראָגן דאָס מיידל קעגנאיבער דעם שאָסיי, אויסמײַדנדיק דעם פֿאַרבײַפֿאָרנדיקן גיכן טראַנספּאָרט.

די פּאָליציי פֿונעם שטאַט אילינוי האָט איבערגעגעבן, אַז דער אינצידענט איז געשען 9:10 אַזייגער אין אָוונט. די פּאָליציאַנטן האָבן באַשטעטיקט, אַז די צוויי עדות-זאָגער האָבן געראַטעוועט פֿיר פּאַסאַזשירן פֿון די צוויי צונויפֿגעשטויסענע אויטאָס. אַ 10־יאָריק מיידל און אַ 39־יאָריקע פֿרוי געפֿינען זיך אין אַ סכּנותדיק־שווערן מצבֿ. אַ 49־יאָריקער מאַן און אַ פֿרוי, אויך 49 יאָר אַלט, האָבן באַקומען לײַכטערע וווּנדן.

קען און דניאל העכטמאַנס רעסטאָראַן געפֿינט זיך אינעם שטעטל סקאָקי, דער עלטערער ברודער האָט געזאָגט, אַז ער האַלט זיך נישט פֿאַר אַ העלד, ווײַל ער האָט נישט געהאַט גענוג צײַט אַ טראַכט צו געבן, ווען די וועג-קאַטאַסטראָפֿע איז געשען. „איצט טראַכט איך, אַז ס׳איז געווען נאַריש צו לויפֿן צו אַ ברענענדיקן לאַסט-אויטאָ, וואָס האָט געקאָנט זיך אויפֿרײַסן אין יעדן מאָמענט?‟. אַ סך מענטשן האָבן אים אָבער געזאָגט, אַז די צוויי ברידער האָבן אַרויסגעוויזן אַן עכטע העלדישקייט.