געפֿינסן אין די רומעניש־ייִדישע אַרכיוון

Discoveries in the Romanian-Jewish Archives

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published April 25, 2013, issue of May 24, 2013.

צוויי אַרכיוויסטן פֿונעם דײַטש־ייִדישן ניו־יאָרקער „לעאָ בעק־אינסטיטוט‟ פֿאָרן פֿון איין רומענישן שטעטל צום צווייטן אין דרום־בוקעווינע און זיבנבערג (טראַנסילוואַניע), כּדי צונויפֿצושטעלן אַן אַרומנעמיקע רשימה פֿון דאָקומענטן, חפֿצים און פּאַפּירן, וועלכע געפֿינען זיך אין די אַרכיוון. דערווײַל האָט מען געפֿונען אַן אוצר, סײַ פֿונעם קינסטלערישן קוקווינקל, סײַ פֿונעם היסטאָרישן. דער פּראָיעקט ווערט געשטיצט פֿונעם „לעאָ בעק־אינסטיטוט‟ און דעם „ירושה־פּראָיעקט‟, מיט שטיצע אויך פֿון דער „ראָטשילד־פֿונדאַציע (הנדיבֿ) אייראָפּע.‟

די איינציקע שיל אין שאָץ, בוקעווינע, רומעניע
Julie Dawson
די איינציקע שיל אין שאָץ, בוקעווינע, רומעניע

דזשולי דאָוסאָן, דירעקטאָרין פֿונעם פּראָיעקט, שטעלט אַרויף אויף דער אינטערנעץ פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די זאַכן, וואָס זי געפֿינט. מע קען זיי זען אויף דעם אַדרעס: //jewish-transylvania-bukovina.tumblr.com/ דאָוסאָן קען גוט דײַטש און רומעניש, און מאַמע־לשון האָט זי שטודירט צוויי זומערן אין דער ווילנער פּראָגראַם. איר מאַגיסטער־אַרבעט וועגן דער ייִדישער געשיכטע אין זיבנבערג האָט זי באַקומען פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט. איבער אַ יאָר וועט זי אָנהייבן אַ דאָקטאָראַט־שטודיע בײַם מינכנער אוניווערסיטעט, וווּ זי וועט ווײַטער שרײַבן וועגן די ייִדן אין זיבנבערג. אַלע דרײַ שפּראַכן דאַרף מען קענען אויסצופֿאָרשן די געשיכטע און קולטור פֿון דער טעריטאָריע — און אַ קענטעניש פֿון אוקראַיִניש וואָלט אויך נישט געשאַט.

בוקעווינע, פֿון אַ היסטאָרישן, קולטורעלן און פֿאָלקלאָריסטישן פּערספּעקטיוו איז אַן אינטערעסאַנטער שטח צוליב דער פֿאַרשיידנקייט פֿון דער באַפֿעלקערונג — רומענער, דײַטשן, אוקראַיִנער, ייִדן, אַרמענער, פּויליאַקן, ציגײַנער און אונגערן האָבן אַלע געלעבט זײַט בײַ זײַט. הײַנט איז בוקעווינע צעטיילט; דער צפֿון־טייל געהערט הײַנט צו אוקראַיִנע, דער דרום־טייל, וווּ דער פּראָיעקט פֿאָרשט איצטערט, צו רומעניע. שפּעטער אין יאָר וועט מען פֿאָרשן אין דרום־זיבנבערג.

בוי־פּלענער פֿון די ייִדן אינעם שטעטל קימפּולונג, 1928
Courtesy of Suceava State Archives
בוי־פּלענער פֿון די ייִדן אינעם שטעטל קימפּולונג, 1928

אין יעדן שטעטל און שטאָט וווּ זיי פֿאָרן, דאָקומענטירט מען די ייִדישע בנינים פֿון דרויסן און אינעווייניק און מע פֿאַרברענגט אַ לענגערע צײַט אין די שטאָטישע אַרכיוון פֿון איטלעכן אָרט. די עלטסטע דאָקומענטן וואָס זיי האָבן דערווײַל געפֿונען שטאַמען פֿונעם 18טן יאָרהונדערט און דעקן די רומעניש־ייִדישע געשיכטע ביז נאָכן חורבן.

די גרעסטע שטאָט אין דרום־בוקעווינע איז שאָץ (אויף רומעניש — Suceava) און איין שיל איז נאָך געבליבן. אין שאָץ געפֿינט זיך דער צענטראַלער אַרכיוו פֿון דער געגנט, און דאָס נעמט אַרײַן די אַרומיקע שטעטלעך און דערפֿער. למשל, וועגן אַ דערבײַיִקן דאָרף, בורדודזשעני, האָט זי געפֿונען, אַז נישט ווייניק ייִדן האָבן דאָרטן געלעבט דורות לאַנג.

אַ וואַלפּלאַקאַט פֿון ראַדעוויץ, 1935
Courtesy of Suceava State Archives
אַ וואַלפּלאַקאַט פֿון ראַדעוויץ, 1935

דאָקומענטן אין שײַכות מיטן גרעסערן שטעטל ראַדעוויץ האָבן אַנטפּלעקט אינטערעסאַנטע עטנאָגראַפֿישע, דעמאָגראַפֿישע און גענעאָלאָגישע פּרטים. הײַנט איז דאָרטן געבליבן אַ קליינע ייִדישע קהילה, אָבער זי איז אַקטיוו, און מע האָט לעצטנס באַנײַט די גרויסע שיל, וואָס איז געבויט אין צענטער שטאָט.

פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, לויט דאָוסאָן, האָבן 6,000 ייִדישע נפֿשות דאָרט געלעבט, אַ דריטל פֿון דער שטאָט. ס׳רובֿ האָט מען דעפּאָרטירט קיין טראַנסניסטריע, וווּ זיי זענען אומגעקומען. אינעם שאָצער אַרכיוו האָט מען געפֿונען דאָקומענטן פֿונעם ראַדעוויצער ראָש־הקהל דוד וואַסערמאַן פֿון די 1930ער יאָרן און אויך פֿון נאָך דער מלחמה, ווען די ייִדן, וועלכע האָבן איבערגעלעבט, האָבן געפּרוּווט אויפֿשטעלן אַ נײַ לעבן, און אויסגעזוכט זייערע אַלטע מעטריקעס און אַנדערע אידענטיפֿיציר־פּאַפּירן.

רײַזע־פּאַסע פֿון אַ ייִד, 19טער יאָרהונדערט. ער האָט זיך אונטערגעשריבן מיט ייִדישע אותיות.
Courtesy of Suceava State Archives
רײַזע־פּאַסע פֿון אַ ייִד, 19טער יאָרהונדערט. ער האָט זיך אונטערגעשריבן מיט ייִדישע אותיות.

אין די מלוכה־פּראָטאָקאָלן האָט זי געפֿונען, אַז די געבורטן פֿון ייִדישע קינדער האָט מען אָפֿט פֿאַרשריבן ווי ממזרים, ווײַל מע האָט חתונה געהאַט כּדת משה־וישׂראל, אָבער נישט לויטן רומענישן אָדער האַבסבורגער געזעץ. אין די עלטערע דאָקומענטן, ווען די געגנט האָט געהערט דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע, האָט זי געפֿונען, אַז ייִדן פֿלעגן זיך אונטערשרײַבן אויף מלוכה־דאָקומענטן מיט ייִדישע אותיות, און ערשט שפּעטער האָבן די ייִדן זיך אויסגעלערנט צו חתמענען מיט לאַטײַנישע אותיות.

אין אַ ראַדעוויצער מלוכישן פּינקס פֿון די שפּעט־1880ער יאָרן האָט מען פֿאַרשריבן אינטערעסאַנטע פּרטים וועגן די ייִדן אין דער קהילה ווען אַ קינד איז געבוירן געוואָרן: נישט נאָר די דאַטע פֿונעם געבוירן ווערן, נאָר אויך דעם אַדרעס פֿונעם הויז, וווּ מע וווינט; דעם טאָג פֿונעם ברית אָדער ווען מע האָט אַ נאָמען געגעבן אַ מיידל; צי די קינדער זענען „ממזרים‟ צי נישט; דעם נאָמען פֿונעם טאַטן און וואָס דער טאַטע האָט געטאָן; די נעמען פֿונעם סנדק, דעם מוהל, און דער הייבאַם.

צווישן די פּאַפּירן פֿונעם בוקעווינער שטעטל קימפּולונג האָט מען געפֿונען פּלאַקאַטן און פֿאָטאָגראַפֿיעס וועגן דעם קולטור־לעבן פֿון די 1920ער און 1930ער יאָרן. למשל, די „בער באָראָכאָוו־ייִדישע קולטור־ליגע‟ האָט געבעטן דערלויבעניש בײַ דער רעגירונג פֿאָרצושטעלן אַ מוזיקאַליש־ליטעראַרישן אָוונט מיט טענץ. די בוי־פּלענער און אַפּליקאַציעס פֿון די קימפּולונגער ייִדן צו בויען נײַע הײַזער געפֿינען זיך אויך אין אַרכיוו, און קען העלפֿן דער פֿאָרשאַרבעט וועגן ייִדישער שטעטלדיקער אַרכיטעקטור — אַ טעמע וואָס איז בכלל נישט אַנטוויקלט געוואָרן.

אַ כּלל — די „ייִדישע בוקעווינע און זיבנבערג‟־פּראָעיקט האָט זיך נישט לאַנג צוריק אָנגעהויבן און האָט שוין אויפֿגעטאָן אַ סך. אַ דאַנק דער אינטערנעץ גייען מיר נאָך דזשולי דאָוסאָנס פֿאַרכאַפּנדיקע היסטאָרישע אַנטפּלעקונגען.