פּסק וועגן פֿרויען־אַרעסט בײַם כּותל

Ruling on Arrest of Women at the Kotel

איינע פֿון די „פֿרויען בײַ דער וואַנט‟ ווערט אַרעסטירט נאָכן באַטייליקן זיך אין דער „ראש־חודש‟־סעסיע בײַם כּותל־המערבֿי, דעם 11טן אַפּריל
Getty Images
איינע פֿון די „פֿרויען בײַ דער וואַנט‟ ווערט אַרעסטירט נאָכן באַטייליקן זיך אין דער „ראש־חודש‟־סעסיע בײַם כּותל־המערבֿי, דעם 11טן אַפּריל

פֿון ייִט״אַ

Published April 25, 2013, issue of May 24, 2013.

ירושלים. — די פֿרויען, וועלכע טראָגן טליתים און דאַווענען אויף אַ קול, שטערן נישט די אָרדענונג פֿונעם פּובליקום און האָבן נישט געדאַרפֿט אַרעסטירט ווערן, האָט דאָנערשטיק געפּסקנט דאָס ירושלימער ראַיאָן־געריכט. דאָס געריכט האָט אויך אָפּגעוואָרפֿן אַ בקשה מצד דער פּאָליציי צו קריגן אַ באַפֿעל פֿונעם געריכט, וואָס וואָלט פֿאַרווערט די פֿרויען צוצוקומען צום אָרט.

די פֿרויען, וועלכע געהערן צו דער גרופּע, „פֿרויען בײַ דער וואַנט‟, וואָס קעמפֿט פֿאַרן רעכט פֿאַר פֿרויען צו טראָגן טליתים און דאַווענען אויף אַ קול בײַם כּותל־המערבֿי, זענען אַרעסטירט געוואָרן מיט עטלעכע וואָכן צוריק און אויסגעפֿרעגט געוואָרן פֿון דער פּאָליציי, איידער זיי זענען באַפֿרײַט געוואָרן.

אינעם יאָר 2003, האָט דאָס ישׂראלדיקע העכסטע געריכט געפּסקנט אָנצוהאַלטן דעם פֿאַרווער קעגן אַ פֿרויס טראָגן אַ טלית אָדער תּפֿילין, אָדער לייענען פֿון אַ ספֿר־תּורה בײַם כּותל. אָבער אין זײַן פּסק דאָנערשטיק, האָט דער ריכטער, משה סאָבל, דערקלערט, אַז דער פֿריִערדיקער פּסק האָט נישט געזאָלט דינען ווי אַ מיטל צו באַשולדיקן די פֿרויען אין אַ פֿאַרברעכן, האָט די „פֿרויען פֿון דער וואַנט‟ דערקלערט אין אַ מעלדונג נאָכן פּסק.

דער באַשלוס האָט אויך נישט פֿאַרווערט די „פֿרויען בײַ דער וואַנט‟ צו דאַווענען אינעם עזרת־נשים פֿונעם כּותל־המערבֿי, האָט ער געזאָגט, און צוגעגעבן, אַז די פֿרויען באַטרעפֿן נישט קיין סכּנה פֿאַרן פּובליקום, און זייערע תּפֿילות שטערן נישט די אָרדענונג פֿונעם פּובליקום.

במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 20 יאָר פֿירן די „פֿרויען בײַ דער וואַנט‟ אָן מיט אַ תּפֿילה־סעסיע יעדן ראָש־חודש אינעם הינטערשטן טייל פֿונעם עזרת־נשים. זינט פֿאַראַיאָרן יוני, זענען די פֿרויען פֿון דער דאָזיקער ראָש־חודש־סעסיע כּמעט יעדן חודש אַרעסטירט געוואָרן, מיט דער באַשולדיקונג, אַז זיי שטערן די אָרדענונג פֿונעם פּובליקום.

„דער פּסק פֿונעם ראַיאָן־געריכט מאַכט נאָך מער בולט די נייטיקייט צו געפֿינען אַ לייזונג, וואָס דערלויבט יעדן ייִדן זיך צו פֿילן אין דער היים בײַם כּותל־המערבֿי,‟ האָט דערקלערט נתן שטשאַראַנסקי, דער פֿאָרזיצער פֿונעם „סוכנות‟, וועלכער האָט במשך פֿונעם יאָר געאַרבעט שווער הינטער די קוליסן צו דערגרייכן אַ פּשרה צווישן די צוויי צדדים.