איז קאַרל מאַרקס אַ למד־וואָווניק?

Was Karl Marx One of the Hidden Righteous Jews?

קאַרל מאַרקס
קאַרל מאַרקס

פֿון משה לעמסטער

Published April 25, 2013, issue of May 24, 2013.

אַ טייל פֿון די געוועזענע סאָוועטישע מענטשן געדענקען נאָך, אַז דעם 5טן מײַ איז קאַרל מאַרקס‘ס געבורטסטאָג. ער איז געבוירן געוואָרן אין אַ ייִדישער משפּחה, וועלכע האָט זיך געשמדט. מאַרקסן געהערט די אידעע וועגן דער וועלט־רעוואָלוציע — וועגן דער אומפֿאַרמײַדלעכקייט פֿון דער פֿאַראייניקונג פֿון דער גאַנצער מענטשהייט אין אַ יושרדיקער קאָמוניסטישער געזעלשאַפֿט. מיט דער דאָזיקער אידעע האָבן זיך באַנוצט די באָלשעוויקעס נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע אין רוסלאַנד, וועלכע אייניקע האָבן זי אָנגערופֿן די „זשידאָווסקע רעוואָלוציע‟.

איינער פֿון אירע פֿירער, אויך אַ ייִד, לייב טראָצקי, האָט אין אַן אַרויסטרעטונג געזאָגט: „מיר האָפֿן אויף דעם, אַז אונדזער רעוואָלוציע וועט צעצינדן אַן אייראָפּעיִשע רעוואָלוציע…‟. כּדי צו רעאַליזירן די אידעע פֿון מאַרקסן, איז געשאַפֿן געוואָרן דער קאָמוניסטישער אינטערנאַציאָנאַל (קאָמאינטערן). דער ערשטער אָנפֿירער פֿונעם קאָמאינטערן איז געווען אַן אַנדער ייִד — גריגאָרי זינאָוויעוו. אין 1919 האָט ער געמאָלדן, אַז: „אין משך פֿון אַ יאָר וועט זיך די וועלט־רעוואָלוציע צעשפּרייטן איבער גאַנץ אייראָפּע…‟

פֿאַר וואָס האָבן די ייִדן אַזוי אַקטיוו, און ניט נאָר אין רוסלאַנד, געטענהט וועגן אַ וועלט־רעוואָלוציע? אַפֿילו אין די ייִדישע פֿאָלקסלידער געפֿינען מיר:

טראָגט אַרויס די הייליקע פֿאָנען,
פֿון ביטערן און פֿינצטערן געצעלט,
יעצט מוזן מיר נעמען נקמה
צו באַפֿרײַען די גאַנצענע וועלט…

צי:

עס וועלן אונדז ניט אָפּשרעקן קיין ביקסן און קאַנאָנען,
און אויך ניט די סיבירישע קעלט.
מיר מוזן זיך פֿאַראייניקן פֿעלקער און נאַציאָנען
צו באַפֿרײַען די גאַנצע וועלט…

איציק פֿעפֿער האָט געשריבן אין זײַנער אַ ליד:

מיר זײַנען אומעטום
מיט לענינס פֿאָן אין האַנט.

פּרץ מאַרקישן:

ער גייט, ער שטײַגט, מײַן מוראדיקער דור
…צו מיליאָנען קנעכט פֿון אַלע לענדער…

זייער פּאָפּולער איז געווען אַ מאָל אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און אויך אין אַנדערע לענדער די ליד „גרענאַדאַ‟, פֿונעם רוסישן פּאָעט, אויך אַ ייִדן, מיכאַיִל סוועטלאָוו. דער העלד פֿון דער ליד אַן אוקראַיִנישער „כלאָפּעץ‟ (יאַט), איז געפֿאָרן קעמפֿן קיין שפּאַניע, וווּ ער איז אומגעקומען, כּדי צו געבן די דאָרטיקע פּויערים ערד…

פֿאַר וואָס איז פֿאַר די ייִדן אַזוי וויכטיק געווען צו „באַפֿרײַען די גאַנצע וועלט‟, דער קאַמף פֿאַר דעם, אַז אַלע מענטשן אויף אונדזער פּלאַנעטע, זאָלן זײַן גליקלעך? פֿאַר וואָס זענען זיי, די ייִדן, אַזוי אַקטיוו אין די רעוואָלוציעס? מע שרײַבט, אַז די פֿראַנצייזישע רעוואָלוציע פֿון 1789, איז געווען „אַ ייִדישע רעוואָלוציע‟, אַז אירע פֿירער זענען געווען ייִדן: מאַראַט, דאַנטאָן און אַפֿילו ראָבעספּיער!

איך האָב מײַן אייגענעם ענטפֿער אויף די פֿראַגעס. איך מיין, אַז אַ ייִד, אַפֿילו אַ געשמדטער, אַפֿילו דער, וואָס האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון ייִדישקייט — בלײַבט סײַ־ווי אַ ייִד! ווילנדיק, צי ניט־ווילנדיק, אינטויִטיוו טראַכט ער וועגן די ייִדן, וועגן דעם גורל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. צווישן די אַגדות פֿון תּלמוד איז דאָ אַזאַ אַגדה: „אַ ייִד, כאָטש ער האָט געזינדיקט, בלײַבט ער אַלץ אַ ייִד. דאָס איז וואָס מענטשן זאָגן אַ ווערטל: אַ רויז, כאָטש זי איז אַרומגערינגלט פֿון דערנער, בלײַבט דאָך אַלץ אַ רויז‟.

איך מיין, אַז די ייִדן, וואָס האָבן געקעמפֿט און געשטרעבט צו אַ וועלט־רעוואָלוציע, האָבן אונטערבאַוווּסטזיניק געטראַכט: אויב די גאַנצע מענטשהייט צי מענטשן פֿון אַ באַזונדערן לאַנד, ווערן אַ דאַנק דער רעוואָלוציע גליקלעך, וועלן זיי צו רו לאָזן די ייִדן! זיי וועלן ניט האָבן קיין טענות צו אונדזער פֿאָלק, ס’וועלן ניט זײַן קיין אַנטיסעמיטיזם, קיין פּאָגראָמען, קיין שׂונא־ישׂראל… ערשט דעמאָלט וועלן די ייִדן קאָנען טאָן פֿאַר זיך אַלץ וואָס זיי ווילן, פֿאַרנומען זיך מיט ייִדישע ענינים, מיט ייִדישקייט, מיט אַ ייִדישן שטייגער… בקיצור, צווישן גליקלעכע מענטשן, וועלן די ייִדן אויך זײַן גליקלעך! ס’איז נאָר געבליבן אַ קלייניקייט — באַגליקן די גאַנצע מענטשהייט!

קאַרל מאַרקס, וועלכער האָט טעאָרעטיש באַגרינדער די מעגלעכקייט פֿון סאָציאַלע רעוואָלוציעס, האָט אויך געהאָפֿט, אַז אַזאַ רעוואָלוציע וועט פֿאָרקומען אין דײַטשלאַנד. און ווי מיר ווייסן פֿון דער געשיכטע, איז אַזאַ מעגלעכקייט דאָרט געווען, נאָר… און ווען די רעוואָלוציע וואָלט אין דײַטשלאַנד געשען, וואָלטן דאָך צו דער מאַכט ניט געקומען היטלער, די נאַציאָנאַל־פֿאַשיסטן. און אפֿשר האָט מאַרקס ניט וויסנדיק, אינטויִטיוו טאַקע געוואָלט ראַטעווען מיט זײַן טעאָריע די ייִדן?… דער אַרבעטער־קלאַס, וועלכער פֿלעג אַקטיוו אָנטייל נעמען אין די ייִדישע פּאָגראָמען, באַקומענדיק די טעאָריע פֿון רעוואָלוציעס, דעם לאָזונג: „די פּראָלעטאַריער פֿון אַלע לענדער פֿאַראייניקט זיך!‟ — וואָלטן געלאָזט די ייִדן צו רו; זיי וואָלטן פֿאַרשטאַנען, אַז ניט די ייִדן זענען שולדיק אין זייערע צרות.

מע קאָן די טעאָריע פֿון מאַרקסן אויך אויסלייגן אַזוי: „פּראָלעטאַריער פֿון אַלע לענדער, דערנידעריקטע און באַליידיקטע, ניט די ייִדן זײַנען שולדיק אין אַלע אײַערע צורות און ליידן, נאָר די בורזשואַזיע, דער אימפּעריאַליזם. אָרגאַניזירט זיך, פֿאַראייניקט זיך און לאָזט די ייִדן צו רו…‟ און אפֿשר איז קאַרל מאַרקס געווען איינער פֿון די 36 למדוואָווניקעס פֿון זײַן דור און, פֿאַרשטייט זיך, אַז ער אַליין האָט וועגן דעם ניט געוווּסט?

אַ רעוואָלוציע אין פֿיזיק האָט געמאַכט אַלבערט אײַנשטיין. פֿאַר וואָס זשע שוין צענדליקער און צענדליקער יאָרן געפֿינען זיך אַזוינע געלערנטע, וועלכע ווילן אָפּלייקענען אײנשטיינס רעלאַטיוו־טעאָריע? נאָר דערפֿאַר, ווײַל אײַנשטיין איז געווען אַ ייִד! די דײַטשישע נאַציסטן פֿלעגן רופֿן זײַן טעאָריע „ייִדישע פֿיזיק‟. אײנשטיין איז געווען אַ בײַשפּיל פֿון די אינטעלעקטועלע מעגלעכקייטן פֿון אַ ייִדן!

טאַקע אַ דאַנק אים, האָט מען אָנגעהויבן מער שעצן די ייִדן, זייערע אינטעלעקטועלע טעטיקייטן, זייער בײַטראָג אין דעם טעכנישן פּראָגרעס, גאָר אויף אַן אַנדער אופֿן. מ’האָט געעפֿנט אַ סך טירן פֿון הויכשולן, אוניווערסיטעטן פֿאַר די ייִדן. ס’האָט אָנגעהויבן וואַקסן די צאָל ייִדן נאָבל־לאַורעאַטן. אַ דאַנק אײנשטיינען, זײַנען די ייִדן געוואָרן אַ וויכטיקער טייל פֿון דער הײַנטצײַטיקער וויסנשאַפֿט, אַ באַרעכטיקטער טייל פֿון דער מענטשהייט. אײנשטיין איז דער „זיידע‟ פֿון דער אַטאָם־באָמבע, און אַ דאַנק אים זענען די ייִדן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און פֿון ישׂראל פֿאַרטיידיקט פֿון די שוואַרצע אַנטיסעמיטישע כּוחות.

זיגמונט פֿרויד האָט געמאַכט אַן איבערקערעניש אין פּסיכאָאַנאַליז. די „גוטע ייִדישע פֿרײַנד‟ פֿלעגן זאָגן, אַז פּסיכאָאַנאַליז איז אַ „ייִדישע פּסיכאָטעראַפּיע‟. פֿרויד האָט געהאַלטן, אַז אַלע ניט־ייִדן זענען, געוויינטלעך, אַנטיסעמיטן. ער האָט זיך אידענטיפֿיצירט מיט משה רבנו, ווי אַ גײַסטיקער פֿירער פֿון די מענטשן, וועלכער האָט באַפֿרײַט זיי פֿונעם אינערלעכן פּסיכאָלאָגישן קנעכטשאַפֿט און אָפּהענגיקייט.

אַ ייִד בלײַבט אַ ייִד אַפֿילו דעמאָלט, ווען ער האַלט, אַז ער איז ניט קיין ייִד! קיינעם אויף דער ערד איז ניט געגעבן געוואָרן צו וויסן ווער איז אַ למדוואָווניק; און ער אַליין, דער צדיק, ווייסט עס אויך ניט. איז אפֿשר דער אָנטייל פֿון די ייִדן אין פֿאַרשיידענע רעוואָלוציעס באַרעכטיקט. אפֿשר איז עס אַ גאָטזאַך? אפֿשר איינע פֿון די צילן פֿון אַ למדוואָווניק איז אָפּצוהיטן די ייִדן, די צוקונפֿט פֿונעם ייִדישע פֿאָלק? אפֿשר…



Would you like to receive updates about new stories?




















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.