דער פֿאַרבאָטענער תּלמוד

The Forbidden Talmud

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 25, 2013, issue of May 24, 2013.

דער טאָוול פֿון עטערמאַנס בוך
דער טאָוול פֿון עטערמאַנס בוך

ווען איך בין געווען אַ יונג שול־קינד, וווינענדיק אין רוסלאַנד, האָב איך אָנגעהויבן לערנען גמרא. צווישן די בעסטע לערן-מאַטעריאַלן זענען פֿאַר מיר דעמאָלט געווען אַלטע משניות מיט עבֿרי-טײַטש און דאָס בוך „אַגדה‟, פֿון נחמן ביאַליק און יהושע ראַווניצקי, איבערגעזעצט אויף רוסיש דורך שמעון פֿרוג. די דאָזיקע דרײַ באַקאַנטע וועלטלעכע ייִדישע פּאָעטן און שרײַבער האָבן אויסגעקליבן די תּלמודישע לעגענדעס מיט אַ ראָמאַנטיש-פּאָעטישן טעם און האָבן זיי ליטעראַריש באַאַרבעט.

נישט לאַנג צוריק האָט דער פֿאַרלאַג „ריד גרופּ‟ אַרויסגעגעבן אויף רוסיש אַ נײַע וועלטלעכע זאַמלונג פֿון תּלמודישע לעגענדעס, אָבער מיט גאָר אַן אַנדער טעם. דאָס בוך, מיטן נאָמען „דער פֿאַרבאָטענער תּלמוד‟, איז באַגרינדעט אויף אַנטי-רעליגיעזע דרשות פֿונעם קאָנטראָווערסאַלן ישׂראלדיקן פּאָליטיקער ירון ידען, און געזאַמלט, איבערגעזעצט און ליטעראַריש באַאַרבעט דורך אַלכּסנדר עטערמאַן, אַ ישׂראלדיקער רוסיש-רעדנדיקער שרײַבער און פּאָעט, וועלכער באַציט זיך צו רעליגיע אויך מיט אַ היפּשן גנאַי. נישט געקוקט אויף דעם בפֿירוש אַפּיקורסישן צוועק, האָט זיך באַקומען אַ טשיקאַווע זאַמלונג.

ידען פֿירט אָן מיט דער קליינער פּאַרטיי „אור‟, וועלכע מישט צונויף רעכטע פּאָליטישע געדאַנקען מיט אַן עקסטרעמער אַנטי-פֿרומער רעטאָריק. דער דאָזיקער פּערסאָנאַזש האָט אויך געגרינדעט די אַנטי-רעליגיעזע אָרגאַניזאַציע „דעת-אמת‟. הגם עטערמאַנס בוך הייסט פֿאָרמען אַן „איבערזעצונג‟ פֿון ידענס דרשות, האָט דער רוסישער מחבר דערקלערט אין אַן אינטערוויו פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟, אַז ער איז נישט מסכּים מיט ידענס פּאָליטישע געדאַנקען און האָט פֿאַקטיש אָנגעשריבן אַן אייגן ווערק. כּדי צו פֿאַרוואַנדלען ידענס אינטערנעץ-„פּילפּולים‟ אין אַ בוך, האָט ער געמוזט זיי אינגאַנצן איבעראַרבעטן און באַפֿרײַען פֿון אינערלעכע סתּירות. עטערמאַן אַליין איז לינק-געשטימט און האָט נישט לאַנג צוריק אָפּגעשטימט פֿאַר דער פּאַרטיי „חד״ש‟.

אַלכּסנדר עטערמאַן
אַלכּסנדר עטערמאַן

אין אַ לאַנגן אַרײַנפֿיר, דערציילט ידען, אין עטערמאַנס באַאַרבעטונג, וועגן זײַן היסטאָרישן צוגאַנג צום תּלמוד. ער זאָגט, אַז די תּלמודישע חכמים זענען געווען שטאַרק באַאײַנפֿלוסט פֿון דער גריכישער קולטור, הגם זיי האָבן זי אָפֿיציעל אָפּגעלייקנט. די גמרא האָט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ טיפֿסטן חכמה-קוואַל. למעשׂה, לויט ידענס און עטערמאַנס מיינונג, איז זי פֿול מיט סתּירות און אַבסורדישע געדאַנקען. לויט זײַן ראַציאָנאַליסטישער פּאָזיציע, איז עס שלעכט. למשל, אין אַ טייל ערטער דערציילט די חז״ל וועגן כּלערליי משונהדיק-ווילדע סעקסועלע אַקטן. אַ גרויסער טייל פֿון די תּלמודישע פֿראַגמענטן אינעם בוך האָבן טאַקע צו טאָן מיט סעקס.

אין זײַן אייגענער טענדענציעזער הקדמה, מאַכט עטערמאַן קלאָר, אַז ער איז נישט קיין ליבהאָבער פֿון רעליגיע. ער מאַכט חוזק פֿון כּשרות, טהרת־המשפּחה, שבת און אַנדערע יסודות פֿונעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבן. דערצו, ברענגט ער ווי אַ בײַשפּיל די סאַמע אויסטערלישסטע מעשׂים, וואָס מע קאָן נאָר געפֿינען אין געוויסע פֿינצטערע ווינקלען פֿון דער פֿרומער וועלט. הגם ס׳איז טאַקע אמת, אַז מיט הונדערטער יאָר צוריק האָבן געוויסע רבנים געגלייבט, אַז די ערד איז פֿלאַך און באַשולדיקט קאָפּערניקן אין כּפֿירה, זענען אַזעלכע דעות שוין לאַנג נישט בנימצא אַפֿילו צווישן די עקסטרעמסטע חרדים.

אַן אַנדער פּראָבלעם פֿון עטערמאַנס בוך באַשטייט אין דעם, וואָס ער מאַכט נישט קיין קלאָרן חילוק צווישן דער פּראַקטישער הלכה, טעאָרעטישע פּילפּולים און אַגדה. כּמעט אַלע געזאַמלטע תּלמודישע פֿראַגמענטן האָבן אַבסאָלוט גאָרנישט צו טאָן מיטן הײַנטיקן ייִדישן לעבן אָדער הלכה-למעשׂה. פֿאַרקערט, מאַכט ער אַ צווייפֿלהאַפֿטיקן אויספֿיר, אַז די „ברוטאַלע‟ פּראָצעדור פֿון שחיטה איז פֿאַרבונדן מיט דער „אַבסורדישקייט‟ פֿונעם תּלמוד.

פֿונדעסטוועגן, נישט געקוקט אויפֿן דער בפֿירושער קעגנערשאַפֿט פֿונעם מחבר צו דער טראַדיציאָנעלער רעליגיע, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז עטערמאַן באַציט זיך צום תּלמוד מיט דרך-ארץ און לעבעדיקן אינטערעס. ער וויל פּשוט ווײַזן די לייענער, אַז ווײַט נישט אַלץ, וואָס שטייט געשריבן אין גמרא, באַשטייט פֿון הויכער פֿילאָסאָפֿיע און עטיק. אין גמרא טרעפֿן זיך אויך כּלערליי פֿאָלקלאָרישע סוזשעטן, אַרײַנגערעכנט שאַרפֿע „פּאָליטיש אומקאָרעקטע‟ אַרויסזאָגונגען קעגן די רוימער, גריכן און אַנדערע פֿעלקער פֿון יענער תּקופֿה.

עלערמאַן האָט באַאַרבעט דעם טעקסט, כּדי ער זאָל קלינגען מער טשיקאַווע פֿאַרן רוסישן לייענער. למשל, איינער פֿון די תּלמודישע חכמים באַרימט זיך, אין שײַכות מיט פּורים, אַז זײַן טאַטע האָט געקאָנט אויסטרינקען אַן „עמער ספּירט‟ און נישט שיכּור ווערן. אינעם אָריגינאַל שטייט געשריבן „אַלפֿא חמרא‟ — „אַ טויזנט מאָס ווײַן‟.

ס׳איז נישט קיין נאָווינע, אַז די קריסטלעכע מאָראַליזאַטאָרן האָבן במשך פֿון הונדערטער יאָרן פֿאַרדאַמט דעם תּלמוד פֿאַר „אוממאָראַלישקייט‟. ביאַליק האָט איז זײַן „אַגדה‟ ספּעציעל אויסגעקליבן אַזעלכע פֿראַגמעטן, וואָס קלינגען שיין און פּאַסיק פֿאַרן אייראָפּעיִשן משׂכּילישן לייענער. אין דער אמתן, האָבן די חז״ל זיך טאַקע נישט געשעמט, צום בײַשפּיל, צו דערציילן אַנעקדאָטן וועגן סעקס. צי וועט אַזאַ טייל פֿון דער תּלמודישער אַגדה אַרויסרופֿן אַ קעגן-געפֿיל בײַ אַ מאָדערנעם לייענער? לאַוו-דווקא, ענטפֿערט דער מחבר פֿונעם בוך:

— אַלכּסנדר, מיר דאַכט זיך, אַז אַ פּאַנק, אַ ליבהאָבער פֿון דזשען-בודיזם אָדער אַ פֿילאָסאָף-פּאָסטסטרוקטוראַליסט וועט אײַער בוך דווקא צוציִען צו גמרא. דאָס לעבן איז אָפֿט אַבסורדיש און דווקא פּאַראַדאָקסן מאַכן עס באַטעמט. דער תּלמוד ווײַזט עס גאַנץ קלאָר.

— יואל, איר האָט טיף און גאַנץ ריכטיק באַמערקט, אַז מײַן בוך, אַזוי ווי מײַנע אַנדערע ווערק, איז בעצם נישט אַנטי-רעליגיעז. איך האַלט פּערזענלעך יאָ קעגן רעליגיע, אָבער האָב אַ געוויסן דרך-ארץ פֿאַרן תּלמוד. אויב מײַן בוך וועט צוציִען פּאַנקן און אַנדער נישט־טריוויאַלע מענטשן צום לערנען גמרא — נו, געזונטערהייט. מע קאָן זאָגן, אַז זיי געפֿינען זיך שוין „אין גמרא‟.

— ווען איר ברענגט בײַשפּילן פֿון שאַרף-נעגאַטיווע תּלמודישע אַרויסזאָגונגען קעגן דער העלעניסטישער קולטור, מוז מען האָבן אין זינען, אַז דער תּלמוד איז פֿאַרשריבן געוואָרן אין דער אוראַלטער פּערסיע, אויפֿן שטח פֿונעם הײַנטיקן איראַן און איראַק. די פּערסן האָבן זיך דעמאָלט באַצויגן אויך זייער נעגאַטיוו צו די גריכן. די ייִדן האָבן אין דער געביט נישט אַרויסגעוויזן קיין באַזונדערע קסענאָפֿאָביע. אַדרבה, זענען אין גמרא פֿאַראַן גאָר אַ סך פּערסישע סוזשעטן און איז כּמעט נישטאָ קיין נעגאַטיווע ווערטער קעגן דער אָרטיקער פּערסישער קולטור.

— עס קאָן זײַן, אַז די פּערסן האָבן נישט ליב געהאַט די גריכן. זיי זענען אָבער אויך געווען, און געבליבן, העלעניזירט. דער תּלמוד איז טאַקע פֿול מיטן פּערסישן און בכלל מיזרחדיקן פֿאָלקלאָר, אָבער ס׳איז בעצם אַ העלעניסטישער טעקסט. די תּלמודישע חכמים דרשענען כּסדר אויף אַ טיפּישן גריכישן שטייגער — אויב אַפֿילו זיי ווייסן עס נישט אַליין.

אויב מע באַטראַכט ייִדישקייט ווי אַ „נאַציאָנאַלע רעליגיע‟ — ווערט זי אויטאָמאַטיש פֿאַרוואַנדלט אין ראַסיזם. די ראַסיסטישע טענדענצן אין דער הײַנטיקער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט האָבן אָבער ווייניק צו טאָן מיט רעליגיע — דאָס איז אַ השפּעה פֿון ריין-אייראָפּעיִשן קאָלאָניאַליזם.

— אין אײַער אַרײַנפֿיר באַטאָנט איר, אַז די חז״ל האָבן „דערפֿונדן‟ די תּורה-שבעל-פּה. מיר זעען אָבער, אַז אין די עלעפֿאַנטינער פּאַפּירוסן, ביבלישע אַפּאָקריפֿן, בײַ פֿילאָנען און אין אַנדערע אוראַלטע דאָקומענטן, נאָך פֿאַרן תּלמוד, ווערן אָפֿט דערמאָנט טראַדיציעס, וואָס זעען אויס גאַנץ נאָענט צו די תּלמודישע.

— די הלכה אין די עלעפֿאַנטינער פּאַפּירוסן — למשל, וואָס שײַך דעם חמץ — איז באַגרינדעט דירעקט אויפֿן תּנ״ך. צי זי שטימט מיט דער תּלמודישער הלכה? דאָס איז טאַקע אַ גוטע קאָמפּליצירטע פֿראַגע. די גמרא איז פֿאַרשריבן געוואָרן אַ סך שפּעטער, אָבער אינעם תּנ״ך ווערט שוין אָפּגעשפּיגלט אַ געוויסע עלטערע מינדלעכע טראַדיציע.