„שטאָט‟ און „שטאַט‟

“Shtot” and “Shtat”


פֿון הערשל גלעזער

Published April 26, 2013, issue of May 24, 2013.

וואָס ס׳איז אַ שטאָט ווייסט יעדער איינער, נאָר ווי אַזױ ס׳איז אויפֿגעקומען דאָס וואָרט „שטאָט‟ איז אפֿשר נישט אַזוי ברייט באַקאַנט.

אינעם פֿריִערדיקן אַרטיקל האָבן מיר געשריבן וועגן וואָרט „פּלאַץ‟. אָט פֿון וואַנען ס׳נעמט זיך „שטאָט‟ — נישט פֿונעם וואָרט „פּלאַץ‟, וואָס ס׳איז דאָך אַ לײַװאָרט פֿון לאַטײַן, נאָר פֿון אַן אָבֿ װאָס איז געווען טײַטש ׳פּלאַץ׳. אַ והא־ראַיה, די סינאָנימען „אַנשטאָט” און „שטאָטס‟, טײַטש ׳אויפֿן אָרט פֿון׳; דײַטשיש statt, ענגליש instead. הייסט עס, אַז דאָס וואָרט „שטאָט‟ האָט אַ שײַכות צום ענגלישן stead, אַן אַלטלעכער סינאָנים פֿון place.

בײַ די סלאַװן איז דאָ עפּעס ענלעכס. בײַ די טשעכן זעט זיך עס צום בולטסטן: město ׳שטאָט׳, místo ׳פּלאַץ׳; אויף פּױליש: miasto, miejsce; אויף רוסיש איז דאָס װאָרט פֿאַר ׳שטאָט׳ גאָר gorod, וואָס דאָס איז תּחילת געווען טײַטש ׳שלאָס׳, אַזױ װי טשעכיש hrad און פּויליש gród; נאָר ׳פּלאַץ׳ איז אויף רוסיש mesto.

בײַ די ראָמאַנישע פֿעלקער איז דער מצבֿ אין גאַנצן אַן אַנדערער. דאָס שפּאַנישע ciudad, דאָס פּאָרטוגאַלישע cidade, דאָס איטאַליענישע città, דאָס רומענישע cetate און דאָס פֿראַנצייזישע cité, ווי אויך דאָס ענגלישע city (אַ לײַװאָרט פֿון פֿראַנצײזיש) וואַקסן אַלע פֿונעם לאַטײַנישן cīvis ‘בירגער’ און cīvitās תּחילת ׳בירגערשאַפֿט’ (סײַ ‘דאָס זײַן אַ בירגער’, סײַ ‘אַלע בירגערס צוזאַמענגענומען’). שפּעטער האָט זיך cīvitās אויסגעברייטערט און געוואָרן אַ סינאָנים פֿון urbs ׳שטאָט׳, וואָס לעבט ביזן הײַנטיקן טאָג אין, למשל, ענגלישן urban.

טשיקאַװע, וואָס דאָס פֿראַנצײזישע cité, דער אָבֿ פֿונעם ענגלישן city, איז בדרך־כּלל מער נישט טײַטש ׳שטאָט׳, נאָר ‘וווינקאָמפּלעקס’ (housing development בלעז). דאָס רומענישע cetate, ווידער, איז טײַטש ׳שלאָס׳; אויף ׳שטאָט׳ זאָגט מען oraș, וואָס דאָס נעמט זיך, אַ פּנים, פֿונעם אונגערישן város ׳שטאָט׳, וואָס די עטימאָלאָגיע דערפֿון איז vár ׳שלאָס׳ (אַ לײַװאָרט פֿון פּערסיש) מיט אַ סופֿיקס os- ׳וואָס האָט׳; איז אַ שטאָט אויף אונגעריש ׳עפּעס וואָס האָט אַ שלאָס׳, וואָס דאָס פּאַסט זיך דאָך זייער גוט אַרײַן אינעם מיזרח־אייראָפּעיִשן גערעם. דאָס הײַנטיקע פֿראַנצײזישע וואָרט פֿאַר ‘שטאָט’ איז ville, אַן אַלט וואָרט פֿאַר ׳שטעטל׳ וואָס וואַקסט פֿונעם לאַטײַנישן vicus ‘שטעטל’ און וואָס קער זיך אויך אָן מיטן אַלט־גריכישן oikos ‘הויז’, וואָס פֿון דעם וואַקסט „עקאָנאָמיע‟. פֿון דעם זעלביקן שורש שטאַמען אויך די פֿראַנצייזישע villa ׳דאָרפֿיש הויז׳ און village ׳דאָרף׳, וואָס ביידע ווערטער זענען, פֿאַרשטייט זיך, אויך אַרײַן אין ענגליש.

נאָר מיר זענען נאָך נישט פֿאַרטיק. דאָס ייִדישע „שטאָט‟ רעדט מען אַרױס /shtot/ אין דער ליטע, /shtut/ אין דרום — דהײַנו, ס’וואַקסט פֿון אַן אַמאָליקן לאַנגן וואָקאַל. אויפֿן הײַנטיקן דײַטשיש זאָגט מען, אָבער, Stadt, מיט אַ קורצן וואָקאַל; אין מיטל־הויכדײַטש איז געווען stat, מיט אַ לאַנגן וואָקאַל, אַזוי אַז ייִדיש איז מער געטרײַ זײַנע וואָרצלען ווי דײַטשיש. פֿאַראַן אויך אַ צווייט, ענלעך וואָרט: „שטאַט‟, וואָס אַלע ייִדן רעדן אַרױס /shtat/. פֿאַר װאָס? װאָרן ס׳איז אַ נײַ װאָרט, וואָס איז אַרײַן אין מאַמע־לשון פֿון דײַטשיש נישט פֿריִער ווי סוף 18טן־אָנהייב 19טן י‟ה. אויף דײַטשיש, ווידער, זאָגט מען Staat, מיט אַ לאַנגן וואָקאַל. טאָ ווער זשע זאָגט עס, אַז ייִדיש און דײַטשיש זענען הײַנו־הך? אַז דאָ האָט ייִדיש אַ לאַנגן וואָקאַל וווּ דײַטשיש האָט אַ קורצן און פֿאַרקערט.

נאָר דאָס װאָרט „שטאַט” איז אַ מעשׂה פֿאַר זיך, וואָס מיר׳ן זיך באַמיִען איבערצוגעבן בקיצור. ס׳וואַקסט פֿון לאַטײַנישן status און איז אַרײַן אין עפּעס אַ פֿאָרעם אין כּמעט אַלע אייראָפּעיִשע לשונות. בײַ די אומות־העולם איז עס טײַטש דערעיקרשט ׳מלוכה׳, אָבער אויך ׳שטאַט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן א‟אַ פֿעדעראַטיווע מלוכות׳: אַ שטייגער, דאָס ענגלישע state, דאָס פֿראַנצײזישע état, דאָס פּאָרטוגאַלישע און שפּאַנישע estado, דאָס איטאַליענישע stato, דאָס טשעכישע stát, דאָס סלאָװאַקישע štát, דאָס פּױלישע stan, דאָס רוסישע shtat. די לעצטע צוויי האָבן, אָבער, אַ באַזונדער וואָרט אויף ׳מלוכה׳ — פּױליש państwo, רוסיש gosudarstvo — און אַזױ אויך מיר, פֿאַרשטייט זיך: „מלוכה” אַקעגן „שטאַט‟. אײַ, אין די „אַלטע גוטע צײַטן‟ האָט מען אויף מאַמע־לשון געזאָגט, און נאָך מער געשריבן, „שטאַט” און „שטאַטסמאַן‟ דאָרטן, װוּ הײַנט איז אָנגענומען „מלוכה‟, „מלוכה־מאַן‟? נו, צײַטן בײַטן זיך. אַגבֿ, כּדאַי אויך צו דערמאָנען, אַז דאָס ענגלישע state האָט דאָך נאָך אַ דריטן טײַטש: ׳מצבֿ, צושטאַנד׳.

די אַלע ווערטער נעמען זיך, ווי געזאָגט, פֿונעם לאַטײַנישן status, וואָס שטאַמט אַליין פֿונעם ווערב stare ‘שטיין’, און זיי קערן זיך עטימאָלאָגיש אָן מיטן ייִדישן ווערב „שטיין‟, ענגליש stand; ס׳איז דאָך גאָר נישט קיין צופֿאַל דאָס וואָס אויף טשעכיש איז stát נישט נאָר ‘שטאַט’, נאָר אויך דער ווערב ׳שטיין׳.

די לעצטע גרופּע ווערטער וואָס איז דאָ שייך נעמט זיך פֿונעם גרעקישן polis ‘שטאָט’, וואָס דערפֿון האָבן מיר „פּאָליציי‟ — לכתּחילה ‘רעגירונג’, שפּעטער מיטן הײַנטיקן טײַטש, און „פּאָליטיק” ‘שייך צום רעגירן’, ווי אויך „מעטראָפּאָליע‟ ‘מוטערשטאָט’ — זען דאָס לשון־קודשע „עיר ואם בישׂראל‟ — און „קאָסמאָפּאָליט‟ ‘וועלטבירגער’.

אַחרון אַחרון חבֿיבֿ: „שטאָט” ‘אָרט אין שול’, למשל „דער זיידע האָט געהאַט אַ שטאָט בײַ דער מיזרח־וואַנט‟. פֿון וואַנעט דאָס נעמט זיך ווייס איך נישט אויף זיכער, נאָר כ’בין זיך משער, אַז ס’איז פֿונעם עלטערן טײַטש פֿון „שטאָט‟, וואָס איז דערמאָנט געוואָרן דאָ אויבן: ‘פּלאַץ’.