ל״ג־בעומר פּאַראַד אין ניו־יאָרק

Lag BaOmer Parade in NY

Arkadiy Yagudaev

פֿון לעאָניד זאָנשײַן

Published April 29, 2013, issue of May 24, 2013.

טויזנטער מענטשן זײַנען דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק זיך צונויפֿגעקומען אין ברוקלין אין 770 Eastern Parkway, כּדי זיך צו באַטייליקן אינעם יערלעכן „גרויסן פּאַראַד‟ לכּבֿוד דעם יום־טובֿ ל״ג־בעומר.

ער האָט זיך אָנגעהויבן פּונקט 10 אַזייגער אין דער פֿרי אין אַן אַטמאָספֿער פֿון אָפּטימיזם און פֿרייד. צו דער שטימונג האָט אויך צוגעשפּילט דער וואַרעמער זוניקער וועסנע־טאָג. צווישן די פֿאַרזאַמלטע זײַנען געווען ייִדן פֿון פֿאַרשידענע רעליגיעזע באַוועגונגען, ווי אויך נישט־ייִדן. עס האָט זיך געטראָגן אין דער לופֿטן אַ גײַסט פֿון טאָלעראַנטקייט.

ווי ס‘איז באַקאַנט, האָט דער ליובאַוויטשער רבי זייער געשטיצט, ווען אין אַזעלכע מאַסן־אונטערנעמונגען האָבן זיך באַטייליקט קינדער. דער פּאַראַד אַליין האָט אַרויסגעוויזן אַן אַחדות צווישן מענטשן, יעדנפֿאַלס, אין די געציילטע שעהען.

נאָכן פּאַראַד האָט מען געקאָנט אויסהערן וואָס עס רעדן באַקאַנטע רעליגיעזע פּערזענלעכקייטן און געזעלשאַפֿטלעכע טוער, וועלכע לאָזן נישט דורך קיין איין געלעגנהייט זיך צו באַווײַזן פֿאַר אַן עולם. דעם אויער האָבן געפֿרייט שיינע מוזיקאַלישע קלאַנגען, און די פֿאַרשידענע ייִדישע מאכלים האָבן אויפֿגערייצט דעם אַפּעטיט.

  • Image 1
  • Image 2
  • Image 3
  • Image 4
  • Image 5