אין יעדן ווינקל, אַהבֿת־ייִדיש

In Every Vinkl, a Love for Yiddish

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published April 30, 2013, issue of May 24, 2013.

ד״ר חיים בוכנער, מיט־רעדאַקטאָר פֿונעם נײַעם ייִדיש־פֿראַנצייזישן ווערטערבוך
ד״ר חיים בוכנער, מיט־רעדאַקטאָר פֿונעם נײַעם ייִדיש־פֿראַנצייזישן ווערטערבוך

די יערלעכע „אינטערנאַציאָנאַלע אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־קלובן‟־קאָנפֿערענץ ברענגט צונויף ליבהאָבער פֿון דער שפּראַך און קולטור פֿון איבערן לאַנד. הײַנטיקס יאָר האָט מען זיך געטראָפֿן אין פּיטסבורג, פּענסילווייניע, און צוזאַמען געפּראַוועט 15 יאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע. דער עולם, אַן ערך 150 מענטשן, האָט מיט ענטוזיאַזם זיך באַטייליקט אין כּלערליי וואַרשטאַטן און געהערט אינטערעסאַנטע לעקציעס אויף ייִדיש און ענגליש.

דער „ייִדיש־ווינקל‟־פֿענאָמען האָט זיך אָנגעהויבן אין די 1980ער יאָרן, ווען דער ערשטער דור אַמעריקאַנער געבוירענע האָבן זיך אָנגעהויבן צו פּענסיאָנירן. דער דור האָט גערעדט ייִדיש אין דער היים מיט זייערע אייראָפּעיִש־געבוירענע טאַטע־מאַמעס, ביז זיי האָבן אָנגעהויבן גיין אין דער „פּאָבליק־סקול‟ (מלוכה־שול) צו 7 יאָר. אין גיכן האָט מען פֿאַרגעסן ווי צו רעדן ייִדיש, כאָטש צו פֿאַרשטיין די שפּראַך האָט מען אַ סך בעסער געקענט.

60 יאָר שפּעטער, ווען די זעלבע ייִדן האָבן זיך צוריקגעצויגן פֿון דער אַרבעט, האָבן די וואַרעמע געפֿילן, פֿאַרבונדן מיט דער היים און טאַטע־מאַמע, זיי געפֿירט צו ייִדיש, די שפּראַך פֿון די קינדער־יאָרן. בײַם אָנהייב האָט מען זיך אָנגערופֿן „ייִדיש־ווינקלעך‟ און דערנאָך „ייִדיש־קלובן‟, און הונדערטער האָבן אויפֿגעשפּראָצט — נישט בלויז אין ניו־יאָרק און פֿלאָרידע, אָבער אויך אין קלענערע קהילות ווי קליוולאַנד, דייטאָן, אָמאַהאַ, שאַרלאָט, אַטלאַנטאַ, דענווער. און נישט נאָר איין קלוב אין יעדער שטאָט. אין פּיטסבורג, למשל, טרעפֿן זיך פֿיר גרופּעס.

פּראָפֿ׳ יאָשי היראָסע
פּראָפֿ׳ יאָשי היראָסע

דער וואָס האָט אָרגאַניזירט די קלובן אין איין אָרגאַניזאַציע, איז געווען פֿישל קוטנער, אַ ייִד וואָס פֿאַרמאָגט דעם כּוח און ענערגיע פֿון צען יונגע־לײַט. זײַן טאָכטער דעבי הערמאַן האָט די לעצטע יאָרן איבערגענומען אַ סך פֿונעם אַחריות פֿאַר דער אָרגאַניזירונג פֿון דער קאָנפֿערענץ. נינאַ קאַפּלאַן, אַ פּיטסבורגערין, האָט געפֿירט דעם פֿאָרזיץ פֿונעם קאָנפֿערענץ־קאָמיטעט. בײַ דער קאָנפֿערענץ האָט מען אויסגעוויילט צוויי נײַע קאָ־פּרעזידענטן — די פּראָפֿעסאָרן יוסף ווײַסמאַן און רפֿאל פֿינקעל, ביידע אין זייערע 50ער יאָרן; אַ באַווײַז, אַז די ייִדיש־קלוב־אָרגאניזאַציע האָט אין זינען די „יוגנט‟.

דעם אמת געזאָגט, זענען יאָ געווען עטלעכע סטודענטן אין פּיטסבורג און איך האָב גערעדט מיט איינער — בלומע (דזשאַקלין) גראַניק. זי וווינט אין פּיטסבורג הײַנט, ווײַל איר מאַן רחמיאל פֿלאַקסמאַן שטודירט קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿט אין קאַרנעגי־מעלאָן־אוניווערסיטעט. ביידע האָבן זיי שטודירט ייִדיש בײַ פּראָפֿ׳ רות ווײַס אין האַרוואַרד־אוניווערסיטעט מיט עטלעכע יאָר צוריק, און זיי האָבן געהאַט אַ מעגלעכקייט צו באַגריסן זייער אַמאָליקע לערערין, ווײַל זי האָט גערעדט אויף דער קאָנפֿערענץ אויף דער טעמע „חיים גראַדע און באַשעוויס־זינגער‟.

גראַניק איז אַ דאָקטאָראַנטקע אין געשיכטע בײַם גענפֿער אוניווערסיטעט אין דער שווייץ, וווּ זי שרײַבט איר דיסערטאַציע — „הומאַניטאַרישע אָפּרופֿן פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אויף ייִדישע יסורים אין אַנדערע לענדער, 1914 — 1929.‟ בכלל וויל זי זײַן אַקטיוו אין דער מענטשן־רעכט־באַוועגונג. ייִדיש האָט זי זיך געלערנט, צו ערשט, אין האַרוואַרד, און דערנאָך אינעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟ און „ייִדיש־פֿאַרם‟. זי האָט מיט אַנדערע געלערנט ייִדיש און האָט אָנגעהויבן אַ ייִדיש־גרופּע אין פּיטסבורג בײַם אוניווערסיטעט.

בלומע גראַניק מיט איר מאַן רחמיאל פֿלאַקסמאַן
בלומע גראַניק מיט איר מאַן רחמיאל פֿלאַקסמאַן

בײַ דער קאָנפֿערענץ איז זי אויפֿגעטראָטן ווי אַ זינגערין, און איז פֿריִער געווען די זינגערין פֿון דער האַרוואַרדער קאַפּעליע — „רעקלעז‟. איר מאַן פֿירט אָן מיט דער „קאַרנעגי מעלאָן אוניווערסיטעט־קלעזמער קאַפּעליע‟.

דער וואָס איז געפֿאָרן דעם גרעסטן מהלך צו קומען אויף דער קאָנפֿערענץ, איז געווען יאָשי היראָסע, אַ פּראָפֿעסאָר אינעם ענגליש־אָפּטייל בײַם „נאָטראַ־דאַם־סיישינער אוניווערסיטעט‟ אין יאַפּאַן. ער האָט מיר דערציילט, אַז בײַם לייענען די ערשטע זײַט פֿון באַשעוויס־זינגערס אַ דערציילונג, האָט ער געפֿילט אַ קרובֿהשאַפֿט, אַ נאָענטקייט, צו זײַן שאַפֿונג. האָט ער שטודירט ייִדיש און ייִדישע שטודיעס אין אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט אין ענגלאַנד, און אינעם וואַשינגטאָנער אוניווערסיטעט. זײַנע ביכער, געשריבן אויף יאַפּאַניש, פֿאָרשן די השפּעה פֿון ייִדיש אויף די מאָדערנע אַמעריקאַנער ייִדישע („דזשויִש‟) שרײַבער, און די סימבאָליק פֿון ייִדיש. ער באַמיט זיך צו קומען יעדע דרײַ יאָר אויף דער „ייִדיש־קלוב‟־קאָנפֿערענץ און מע האָט געזען, אַז ער פֿילט זיך היימיש מיטן עולם, ווי צווישן אַלטע גוטע־פֿרײַנד.

סילוויאַ לוסטגאַרטען, ייִדישע קולטור־אַקטיוויסטין פֿון טאָראָנטאָ
סילוויאַ לוסטגאַרטען, ייִדישע קולטור־אַקטיוויסטין פֿון טאָראָנטאָ

ווען ער האָט באַשלאָסן זיך אָפּצוגעבן מיט ייִדיש, האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז זיך אָפּצוגעבן מיט אַזאַ טעמע אין יאַפּאַן, ריזיקירט מען אין דער אַקאַדעמישער וועלט דאָרטן. „מע האָט נישט פֿאַרשטאַנען וואָס איך זאָג — מע האָט געהערט ׳איריש׳, נישט ׳ייִדיש׳.‟ נישט געקוקט אויף די שוועריקייטן בײַם אָנהייב, האָט ער געפֿונען זײַן וועג און איז צופֿרידן וואָס „ער עפֿנט די טירן פֿאַר זײַנע סטודענטן, און ווײַזט זיי די וועלט פֿון ייִדיש‟. אין זײַנע קלאַסן באַטאָנט דער פּראָפֿעסאָר די ענלעכקייטן צווישן דער ייִדישער רעליגיע און קולטור מיט דער יאַפּאַנישער רעליגיע שינטאָיִזם, און די סטודענטן פֿאַרשטייען דאָס בעסער. קיין סך ייִדיש־סטודענטן, קענער, זענען נישט פֿאַראַן אין יאַפּאַן, אָבער עס איז פֿאַראַן אַ גרופּע אין טאָקיאָ, וואָס קומט זיך צונויף און איינע אין אָקיאַמאַ. אונדזער שמועס האָבן מיר געפֿירט אויף ייִדיש.

עס וואָלט שווער געווען אויסצורעכענען אַלע לעקטאָרן פֿון דער „ייִדיש־קלובן־קאָנפֿערענץ‟, אָבער די גאַנצע פּראָגראַם קען מען לייענען אויף דער אינטערנעץ — //yiddishconference.com/ עס האָט אונדז געפֿרייט, וואָס מענטשן האָבן זיך באַקלאָגט, וואָס מע רעדט נישט גענוג ייִדיש אויף דער קאָנפֿערענץ, און מײַן רעפֿעראַט וועגן דער נײַער „פֿאָרווערטס‟־וועבזײַט האָב איך געהאַלטן אויף ייִדיש, און מע האָט פֿאַרשטאַנען. דאָס מאַמע־לשון פֿון דער יוגנט האָט מען נישט פֿאַרגעסן.