צווישן־רעליגיעזע תּפֿילות אין באָסטאָן

Interfaith Service in Boston

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 01, 2013, issue of May 24, 2013.
גרעג עפּשטיין, דער האַרוואַרדער „הומאַניסטישער‟ ראַבינער
גרעג עפּשטיין, דער האַרוואַרדער „הומאַניסטישער‟ ראַבינער

דעם 18טן אַפּריל, האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, זיך באַטייליקט אינעם צווישן-רעליגיעזן גאָטסדינסט לזכּרון די קרבנות פֿונעם אַנומלטיקן טעראָריסטישן אַטאַק בעת דעם מאַראָטאָן אין באָסטאָן. דיוואַל פּאַטריק, דער גובערנאַטאָר פֿונעם שטאַט מאַסאַטשוסעטס, און אַ צאָל אַנדערע הויכראַנגיקע פֿיגורן, האָבן אָנטיילגענומען אין די תּפֿילות, וועלכע זענען געזאָגט געוואָרן אינעם באָסטאָנער קאַטוילישן „קאַטעדראַל פֿונעם הייליקן קרייץ‟.

אַחוץ קריסטן פֿון פֿאַרשיידענע דענאָמינאַציעס, האָבן זיך דאָרטן פֿאַרזאַמלט צוויי ראַבינער פֿון דער באָסטאָנער רעפֿאָרמער שיל „טעמפּל ישׂראל‟, און דער אימאַם נאַסער וועדאַדי, וועלכער וווינט אין באָסטאָן, פֿירט אָן מיטן „צווישן-רעליגיעזן ראַט‟ אינעם ראַיאָן נײַ-ענגלאַנד און שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין אַ צאָל אַמעריקאַנער מוסולמענישע אָרגאַניזאַציעס, וועלכע פֿאָקוסירן זיך אויף מענטשנרעכט און רעליגיעזן פּלוראַליזם.

דער „אַלגעמיינער זשורנאַל‟ האָט געטענהט, אַז וועדאַדי איז פֿאַרבונדן מיט דער עגיפּטישער „מוסולמענישער ברידערשאַפֿט‟. אַ צאָל רעכט-געשטימטע לייענער האָבן איבערגעלאָזט שטאַרק נעגאַטיווע קאָמענטאַרן אויף דער וועבזײַט פֿון דער דאָזיקער צײַטונג. אין דער אמתן, האָט וועדאַדי געשטיצט דעם „אַראַבישן פֿרילינג‟ צוליב די זעלבע סיבות, ווי אַ סך אַמעריקאַנער ליבעראַלן. די ליבעראַלע מוסולמענער זענען אָפֿט נאָך גרעסערע קענגער פֿון די טעראָריסטישע פֿאַנאַטיקער, ווי אַ דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער, ווײַל פֿאַר זיי איז דאָס אַן אָנגעווייטיקטע אינערלעכע טעמע פֿון שאַרפֿע וויכּוחים.

אָבאַמאַ איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ קריסטלעכער דרשה, ציטירנדיק דעם „נײַעם טעסטאַמענט‟ אויף אַ טיפּישן פּראָטעסטאַנטישן שטייגער. אַדרבה, וועדאַדיס דרשה איז געווען פֿאַרבונדן מיט ייִדישקייט. ער האָט באַטאָנט, אַז סײַ על-פּי-גמרא, סײַ לויטן קאָראַן, האָט יעדע מענטשלעכע נשמה אַזויפֿיל ווערט, ווי די גאָרע וועלט.

דער קאָראַנישער אויסדרוק איז ממש דער זעלבער, ווי דער באַרימטער מאמר-חז״ל. נאָכמער, פֿאַררופֿט זיך מוכאַמעד בפֿירוש אויף דער ייִדישער טראַדיציע. אין ביידע רעליגיעס טרעפֿן זיך אָבער מענטשן, וואָס טײַטשן דעם-אָ אויסדרוק אָפּ אויף אַ קרומען אופֿן. אין דער פֿאַרשפּרייטער ווערסיע פֿון גמרא שטייט געשריבן: „כּל המקיים נפֿש אַחת מישׂראל‟ — דער, וואָס ראַטעוועט איין ייִדישע נשמה האָט אַזוי ווי געראַטעוועט די גאַנצע וועלט. דער זעלבער אויסדרוק ווערט דערמאָנט אינעם תּלמוד-ירושלמי און אין די מדרשים אָן דעם וואָרט „ישׂראל‟. אין דער עלטערער ווערסיע פֿון משניות גייט אויך אַ רייד וועגן סתּם אַ מענטש, לאַוו-דווקא אַ ייִד.

פֿאַרוואָס זשע שטייט אָבער אין איין פּאָפּולערן וואַריאַנט פֿונעם דאָזיקן מאמר-חז״ל דווקא „נפֿש אַחת מישׂראל‟? מע קאָן עס אָפּטײַטשן, אַז די גמרא רעדט וועגן אַ תּקופֿה פֿון אַנטיסעמיטישער רציחה, ווען ס׳איז נישט די צײַט צו זאָרגן זיך וועגן די שׂונאים פֿון ייִדן. הומאַניסטיש-געשטימטע מפֿרשים באַטאָנען פּשוט, אַז אינעם אָריגינעלן טעקסט גייט אַ רייד וועגן יעדן מענטש; דאָס איבעריקע וואָרט האָט עמעצער שפּעטער צוגעשריבן. להיפּוך, לערנט מען אָפּ דערפֿון אין די רעכטע קרײַזן, אַז דאָס ווערט פֿון אַ ייִדיש לעבן קאָן נישט פֿאַרגליכן ווערן מיטן לעבן פֿון אַ גוי. צום באַדויערן, איז אַזאַ צוגאַנג פֿאַרשפּרייט צווישן די הײַנטיקע חרדים.

אין דער קאָראַנישער ווערסיע איז נישטאָ קיין וואָרט וועגן ייִדן צי מוסולעמענער. ס׳זעט אויס, אַז מוכאַמעד ציטירט גענוי די משנה אין דער מסכתּא „סנהדרין‟. גאַנצע אַראַבישע פֿילאָסאָפֿישע ווערק זענען באַגרינדעט אויף דעם געדאַנק, אַז יעדער מענטש איז אַ גאַנצע וועלט און פֿאָדערט דעם גרעסטן דרך-ארץ. אין די עקסטרעמע איסלאַמיסטישע קרײַזן באַנוצט מען זיך אָבער מיטן תּירוץ, אַז אַן עכטער ווערטפֿולער מענטש איז בלויז אַ מוסולעמענער, שוין אָפּגערעדט פֿון די, וואָס פֿירן מלחמות קעגן איסלאַם.

עס באַקומט זיך, אַז אַפֿילו אַזאַ טיף-הומאַניסטישן אויסדרוק קאָן מען אויסדרייען קרום, אויב מע וויל. פֿאַרשיידענע אַנטי-רעליגיעזע גרופּעס טענהן, אַז די רעליגיעזע אמונה גופֿא איז שולדיק אין דעם. דער דערמאָנטער צווישן-רעליגיעזער גאָטסדינסט האָט אַרויסגערופֿן אַ טענה מצד די אַטעיִסטישע גרופּעס, וואָס זייערע פֿאָרשטייער האָבן אויך געוואָלט זיך ווענדן צו דעם עולם. די „סעקולערע קאָאַליציע פֿון אַמעריקע‟ האָט באַשולדיקט אָבאַמאַ אין דעם נישט דערלאָזן אַזעלכע פּערזענלעכקייטן, ווי גרעג עפּשטיין, דער הומאַניסטישער גײַסטלעכער פֿירער בײַם האַרוואַרדער אוניווערסיטעט, אויפֿצוטרעטן בעת דער אונטערנעמונג.

די עצם-טענה, אַז אַן אַטעיִסט מוז האָבן דאָס רעכט אויפֿצוטרעטן אין אַ קלויסטער, צוזאַמען מיט גלחים, רבנים און אימאַמס איז בעצם אַ פּאַראַדאָקסאַלע. וואָס וואָלט אַזאַ בעל-דרשן געקאָנט זאָגן בעת אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון גלייביקע מענטשן, וועלכע זענען מתפּלל פֿאַר די נשמות פֿון די אומגעקומענע? אַז ס׳איז נישטאָ קיין גאָט, קיין נשמה און קיין עולם-הבא, און אַז רעליגיע איז שלעכט און שולדיק אין דער באָסטאָנער טראַגעדיע?

גרעג עפּשטיין איז אַ ייִד, אַ געוועזענער רעפֿאָרמער, וועלכער האָט זיך אַמאָל אַקטיוו אינטערעסירט מיט בודיזם. שפּעטער האָט ער אָבער באַשלאָסן, אַז די ווײַט-מיזרחדיקע רעליגיעס טויגן אויך נישט און באַשלאָסן צו ווערן אַ „הומאַניסטישער‟ — דאָס הייסט, אַ בפֿירוש נישט-גלייביקער — ראַבינער. אינעם בנין, וווּ עס האָט זיך מיט עטלעכע יאָר צוריק געפֿונען דער ביוראָ פֿון אונדזער צײַטונג, איז אויך געווען אַ ביוראָ פֿון אַ ייִדישער אָרגאַניזאַציע, וועלכע געהערט צו אַזאַ שיטה און שטאָלצירט מיט דעם, וואָס אירע מיטגלידער גלייבן נישט אין גאָט, און פֿאָרט פּראַווען זיי די ייִדישע יום-טובֿים. די אונטערנעמונגען פֿון אַזעלכע גרופּעס אין צפֿון-אַמעריקע זענען אָפֿט פֿאַרבונדן מיטן „אַרבעטער-רינג‟.

די הײַנטיקע „הומאַניסטישע באַוועגונג‟ אין ייִדישקייט איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1969 דורך שערווין ווײַן, אַ רעפֿאָרמער ראַבינער, וועלכער האָט געשאַפֿן אַ פּאַראַדאָקסישן געמיש פֿון בפֿירוש אומרעליגיעזע דעות און טראַדיציאָנעלע רעליגיעזע טראַדיציעס. זײַנע חסידים מיינען, אַז אויב די מענטשן וואָלטן זיך אָפּגעזאָגט פֿונעם רעליגיעזן גלויבן לטובֿת ריין-סעקולערע אַלמענטשלעכע אידעאַלן, וואָלטן אויף דער וועלט געהערשט שלום און פֿרײַנדשאַפֿט.

אַ סך סעקולאַריסטישע טוער זענען טאַקע אידעאַליסטישע מענטשן, וועלכע האָפֿן צו פֿאַרבעסערן די וועלט. ווײַט נישט אַלעמאָל איז עס אָבער אַזוי. למעשׂה, ווייסן מיר דאָך פֿון אַ סך היסטאָרישע בײַשפּילן, ווען דער מיליטאַנטישער אַטעיִזם און וועלטלעכער נאַציאָנאַליזם קאָנען גאַנץ גרינג דינען ווי אַ סיבה פֿון רציחה און טעראָר. עס זענען פֿאַראַן גענוג אַנטי-רעליגיזענע מענטשן, וועלכע באַציִען זיך צו רעליגיע מיט ממש אַן אַגרעסיווער שׂינאה. למשל, אייניקע אולטראַ-סעקולערע ישׂראלדיקע בלאָגער רופֿן אויף דער אינטערנעץ אויסצוהרגענען די חרדים, צוזאַמען מיט די מוסולמענער.

פֿון דער אַנדערער זײַט, איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז די אַמאָליקע הומאַניסטישע באַוועגונג, וועלכע האָט געבליט אין דער אייראָפּעיִשער רענעסאַנס-תּקופֿה, האָט געהאַט, בדרך-כּלל, אַ טיף-רעליגיעזן טעם. די מיטל-עלטערלעכע איסלאַמישע פֿילאָסאָפֿיע האָט, אַגבֿ, שטאַרק משפּיע געווען אויף דעם מערבֿדיקן הומאַניזם.

ס׳איז אמת, אַז אין דער מענטשלעכער געשיכטע האָט רעליגיע אָפֿט געדינט ווי אַן אינסטרומענט אין די הענט פֿון די פֿירנדיקע קלאַסן צו פֿאַרשקלאַפֿן און דערנידעריקן מענטשן. ס׳איז אויך אמת, אַז כּמעט אַלע היסטאָרישע באַוועגונגען, וועלכע האָבן געקעמפֿט פֿאַר יושר און געשטרעבט צו שאַפֿן אַ ברידערלעכע געזעלשאַפֿט, זענען ביזן 19טן יאָרהונדערט געווען באַגרינדעט אויף ראַדיקאַלע ווערסיעס פֿון רעליגיעס. אַ שטאַרקע און בלינדע אמונה איז אַ „צוויי-זײַטיקע שווערד‟, וועלכע קאָן אַרויסברענגען סײַ די בעסטע, סײַ די ערגסטע אַספּעקטן פֿון דער מענטשלעכער נאַטור.

וואָס קאָן מען טאָן, אַז דאָס לעבן איז בכלל קאָמפּליצירט, פֿול מיט סתּירות און פּאַראַדאָקסן; דעריבער איז דער געדאַנק אויפֿצוטרעטן מיט אַן אַטעיִסטישער דרשה אין אַ קאַטוילישן קאַטעדראַל, וווּ אַן אימאַם האָט ציטירט אַ משנה, איז אַ גוטער בײַשפּיל דערפֿון.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.