צעטיילטע פּאָרטלענדער ייִדן

Divided Jewish Portland

פּאָרטלענדער ייִדן באַטייליקן זיך אין דער קהילה-פּראָגראַם „שפּײַז פֿאַרן מוח‟, דעם 18טן אַפּריל
LeeAnn Gauthier
פּאָרטלענדער ייִדן באַטייליקן זיך אין דער קהילה-פּראָגראַם „שפּײַז פֿאַרן מוח‟, דעם 18טן אַפּריל

פֿון גיל שעפֿלער (ייִט״אַ)

Published May 01, 2013, issue of May 24, 2013.

פּאָרטלענד, אָרעגאָן. — דזשעסיקאַ בעטעלהײַם, אַ לעקטאָרין פֿון געשעפֿט-עטיק בײַם פּאָרטלענדער שטאַט-אוניווערסיטעט, איז אַ יונגע ייִדישע מאַמע, וועלכע האָט ווייניק פֿרײַע צײַט אין איר לעבן. אַזוי ווי אַ סך אַנדערע יונגע פּראָפֿעסיאָנאַלן, פֿאַרברענגט זי כּסדר מיט איר מאַן, עסנדיק צוזאַמען מיט פֿרײַנד אין פֿאַרשיידענע רעסטאָראַנען אָדער שפּאַצירנדיק אין די גערטנער, צוליב וועלכע פּאָרטלענד ווערט אָנגערופֿן „די שטאָט פֿון רויזן‟. פֿאַרשטייט זיך, דאָס דערציִען איר פֿיר-יאָריקע טאָכטער נעמט אָפּ אויך אַ סך צײַט.

אינעם פֿאַרגאַנגענעם חודש האָט בעטעלהײַם באַקומען אַ בליץ-בריוו פֿון דער פּאָרטלענדער ייִדישער פֿעדעראַציע, מיט אַ פֿאַרבעטונג צו באַטייליקן זיך אין דער פּראָגראַם „שפּײַז פֿאַרן מוח‟ — אַ קולטור-פֿעסטיוואַל פֿאַר יונגע-לײַט. צווישן אַנדערע אונטערנעמונגען, האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן פֿאָרגעלייגט אַ טור איבער דעם שטאָטישן קונסט-מוזיי. די יונגע פֿרוי האָט געענטפֿערט, אַז זי וועט זיך, מעגלעך, באַטייליקן. זי האָט דערציילט דער ייִט״אַ אין אַן אינטערוויו, אַז זי האָט זיך פֿאַראינטערעסירט בלויז מיט דער קונסט-עקסקורסיע; צום סוף, אָבער, איז זי געווען פֿאַרנומען יענעם טאָג און נישט געגאַנגען אינעם מוזיי.

צוויי ייִדישע פּאָרטלענדער
Gil Shefler/JTA
צוויי ייִדישע פּאָרטלענדער

די אָרטיקע ייִדישע פֿעדעראַציע פּרוּווט צונויפֿברענגען מער אַזעלכע ייִדן, ווי בעטעלהײַם, וועלכע האָבן ווייניק פֿאַרבינדונגען מיט דער קהילה. אינעם יאָר 2010 האָט אַ דעמאָגראַפֿישע שטודיע געוויזן, אַז אין פּאָרטלענד וווינען בערך 47,000 ייִדן. פֿריִער האָט מען געמיינט, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג דאָרטן איז צוויי מאָל קלענער.

ס׳איז שווער דורכצופֿירן אַ סטאַטיסטישע פֿאָרשונג צווישן דער דאָזיקער מיסטעריעזער כוואַליע פֿון נישט-אַפֿיליִיִרטע ייִדן. ס׳זעט אויס, אַז זיי זענען, על-פּי־רובֿ, יונגע, וועלטלעכע, ליבעראַלע פּראָפֿעסיאָנאַלן, וועלכע האָבן לעצטנס פֿאַרלאָזט אַנדערע שטעט און זיך באַזעצט אין פּאָרטלענד, זוכנדיק אַן אַרבעט אין די גרויסע פֿירמעס אָדער צוליב דעם רויִקן און אומגעוויינטלעכן גײַסט פֿון דער שטאָט. מע זאָגט, ווי אַ שפּאַס, אַז דאָס איז אַ שטאָט, וווּהין יונגע-לײַט קומען אויף פּענסיע. אין פֿאַרגלײַך מיט ניו־יאָרק, דערמאָנט דער אָרטיקער געלאַסענער אַרבעט-גראַפֿיק דאָס לעבן פֿון אַ פּענסיאָנער.

די משפּחה בעטעלהײַם פּראַווען שבת און ימים-נוראָים בײַ זיך אין דער היים. זיי גייען אָבער קיינמאָל נישט אין שיל. דזשאָדי בעריס — אַ יונגע פֿרוי, וועלכע אַרבעט אין דער שיך-פֿירמע „נײַק‟ — אָרגאַניזירט פֿאַרזאַמלונגען פֿון יונגע פּאָרטלענדער ייִדן. שוין עטלעכע יאָר האָט זי געפּרוּווט מיטצוברענגען איר קאָלעגע. „ס׳איז נישט פֿאַר איר‟, האָט זי דערקלערט. פֿונדעסטוועגן, איז זי, איר נישט-ייִדישער מאַן און זייערע דרײַ קינדער, אַרײַנגערעכנט געוואָרן אינעם דערמאָנטן דעמאָגראַפֿישן באַריכט.

די פּאָרטלענדער ייִדישע פֿעדעראַציע האָט אַליין נישט געוווּסט, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין דער שטאָט איז זיך לעצטנס אַזוי צעוואַקסן. ווען דער באַריכט איז אַרויס, האָט זי אָנגעהויבן אָרגאַניזירן פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען, פֿון ערנסטע קולטור-פּראָגראַמען ביז אַ דעבאַטע וועגן די מעלות פֿון לאַטקעס און המן-טאַשן. לאַטקעס האָבן געוווּנען דעם טשיקאַוון פֿאַרמעסט.

מאַרק בלאַטנער, דער הויפּט-פֿאַרוואַלטער און פּרעזידענט פֿון דער פֿעדעראַציע, האָט געזאָגט דער ייִט״אַ, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע פּרוּווט צו באַשעפֿטיקן מער ייִדן אינעם אָרגאַניזירטן קהילה-לעבן, נישט בלויז אין איינמאָליקע פּראָגראַמען. די פֿאַרגאַנגענע וואָך, ווי אַ טייל פֿונעם פֿעסטיוואַל „שפּײַז פֿאַרן מוח‟, זענען הונדערטער מענטשן געקומען צו דער עפֿענונג-צערעמאָניע אינעם קונסט-מוזיי, אָנגעטאָן אין שיינע קליידער, ווי פֿאַר אַ נאַכטמאָל אין אַ רײַכן רעסטאָראַן. די שטיצער פֿון דער אונטערנעמונג האָבן פֿאָרגעלייגט פֿאַרשיידענע מאכלים און שאַמפּאַניער. שפּעטער, האָבן צוויי ייִדישע קאָמיקער, דוד שטיינבערג און דוד כאַווערבאַום, פֿאַרווײַלט דעם עולם מיט מעשׂיות וועגן באַרימטע ייִדישע קאָמעדיאַנטן.

ס׳רובֿ באַטייליקטע זענען אָבער געווען עלטערע מענטשן. דער יונגער פּראָפֿעסיאָנעלער עולם, וועלכן די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן געהאָפֿט צוצוציִען, איז נישט געקומען. דער 25־יאָריקער דזשאָסטין שילטאָן, איינער פֿון די ייִנגסטע מענטשן אויפֿן פֿעסטיוואַל, האָט דערקלערט, אַז די קהילה-מיטגלידער און די נײַ-געקומענע ייִדישע יונגע-לײַט שטעלן מיט זיך פֿאָר צוויי באַזונדערע וועלטן, וועלכע ווילן נישט האָבן צו טאָן איינער מיט דער צווייטער. זיי זענען אַפֿילו פֿיזיש צעטיילט צוליב דעם, וואָס די צוויי גרופּעס ייִדן וווינען אויף קעגנזעצלעכע זײַטן פֿונעם טײַך וויליאַמעט.

די פּראָגרעסיווע שיל „שיר תּיקווה‟ און דער חב״ד-צענטער זענען די איינציקע ייִדישע אינסטיטוציעס אויף דער מיזרחדיקער זײַט פֿונעם טײַך, וווּ עס וווינען ס׳רובֿ נישט-אַפֿיליִיִרטע יונגע-לײַט. בלאַטנער האָט איבערגעגעבן, אַז זײַן פֿעדעראַציע וויל עפֿענען דאָרטן אויך אַ ייִדישן קינדערגאָרטן. דערווײַל ליגט אָבער צווישן דער פֿאָרמעלער קהילה און די יונגע ייִדישע תּושבֿים אַ טיפֿער באַריער.