דער ערשטער מײַ אין ניו-יאָרק

May Day in New York

אַריה לעבאָוויץ (לינקס) טראָגט אַ פּלאַקאַט פֿונעם „ייִדישן אַרבעטער-קאָמיטעט‟
אַריה לעבאָוויץ (לינקס) טראָגט אַ פּלאַקאַט פֿונעם „ייִדישן אַרבעטער-קאָמיטעט‟

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 02, 2013, issue of May 24, 2013.

אין פֿאַרגלײַך מיט פֿאַראַיאָרן, האָבן די הײַנטיקע ערשט-מײַיִקע דעמאָנסטראַציעס אין ניו־יאָרק אויסגעזען באַשיידן. מיט אַ יאָר צוריק, ווען אַ סך ניו-יאָרקער פּאָליטישע אַקטיוויסטן זענען נאָך געווען באַגײַסטערט פֿונעם געצעלט-פּראָטעסט בײַ וואָל-סטריט, זענען אויף די גאַסן אַרויס ביז הונדערט טויזנט דעמאָנסטראַנטן. צענדליקער מענטשן זענען דעמאָלט אַרעסטירט געוואָרן; די גאַסן פֿון נידער-מאַנהעטן זענען געווען פֿאַרפֿלייצט מיטן ריזיקן עולם און אַ גאַנצער אַרמיי פֿון פּאָליציאַנטן, באַגלייט מיט העליקאָפּטערס און אויטאָבוסן פֿאַר אַרעסטאַנטן.

די נעכטיקע באַשיידענע דעמאָנסטראַציעס זענען דורכגעגאַנגען רויִקער. לכל־הפּחות פֿינף דעמאָנסטראַנטן זענען פֿאַרהאַלטן געוואָרן בעת אַן אימפּראָוויזירטן אַנטי-קאַפּיטאַליסטישן מאַרש פֿון טאָמפּקין-סקווער צו יוניאָן-סקווער, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל אַקטיוויסטן פֿונעם „שוואַרצן בלאָק‟, אָנגעטאָן אין שוואַרצע מאַסקעס. די פּאָליציי האָט געפּרוּווט אָפּצונעמען אַן אומגעוויינטלעכן פּלאַקאַט מיט דער אויפֿשריפֿט „אַרבעט קיינמאָל נישט‟ („Never Work‟), אָבער די פּלאַקאַט-טרעגער זענען אַנטלאָפֿן און זיך שפּעטער באַוויזן אויף דער הויפּט-דעמאָנסטראַציע אין יוניאָן-סקווער. לויט „ניו-יאָרק טײַמס‟, האָבן אַ סך דעמאָנסטראַנטן געטענהט, אַז די פּאָליציי האָט זיך אויפֿגעפֿירט גראָב: געשטויסן די זשורנאַליסטן און געכאַפּט מענטשן אָן אַ סיבה.

דער אומגעוויינטלעכער פּלאַקאַט: „אַרבעט קיינמאָל נישט‟
דער אומגעוויינטלעכער פּלאַקאַט: „אַרבעט קיינמאָל נישט‟

דער ערשטער, גאַנץ רויִקער פּראָטעסט, איז פֿאָרגעקומען אַרום 8 אַזייגער אין דער פֿרי בײַם רעגירונג-זאַל אין סטאַטען-אײַלענד. דער כאַראַקטער פֿון דער דאָזיקער קליינער דעמאָנסטראַציע האָט אַרויסגעוויזן די זעלבע טענדענצן, ווי די פֿאַראַיאָריקע פּראָטעסטן אַרום וואָל-סטריט. דער קליינער פֿאַרזאַמלטער עולם, בסך-הכּל אַרום 30 נפֿשות, איז באַשטאַנען פֿון אַ צאָל אַנאַרכיסטן, אַ צאָל אַמעריקאַנער פּאַטריאָטישע קעגנער פֿון קאָרופּציע, און עטלעכע סתּם אומצופֿרידענע אַקטיווע מענטשן אָן קלאָרע פּאָליטישע פּאָזיציעס.

בעת דעם פּראָטעסט, האָט אַן עלטערער וועטעראַן פֿון דער וויעטנאַם-מלחמה באַשולדיקן די אַדמיניסטראַציע פֿונעם אינדזל אין קאָרופּציע און מאַפֿיע-אויפֿפֿירונג. ער האָט געטענהט, אַז צוליב דעם האָט ער פֿאַרלוירן זײַן הויז, וואָס זײַן טאַטע האָט אויסגעבויט מיט איבער 100 יאָר צוריק. אַנשטאָט צו העלפֿן די אָרעמע געליטענע פֿונעם הוראַגאַן „סענדי‟, האָט ער זיך באַקלאָגט, שטיצט די אַדמיניסטראַציע פֿון סטאַטען-אײַלענד אַזעלכע פּראָיעקטן, ווי די גרעסטע קאַרוסעל אין דער וועלט און דעם נײַעם ריזיקן געריכט-בנין. די אָפֿיציעלע אינסטאַנצן זאָגן, אַז די אַזעלכע פּראָיעקטן וועלן פֿאַרבעסערן דעם עקאָנאָמישן מצבֿ פֿונעם ראַיאָן. די קענגער טענהן אָבער, אַז למעשׂה וועלן זיי בלויז מאַכן די רײַכסטע געשעפֿטסלײַט נאָך רײַכער.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז עטלעכע אַקטיוויסטן, וועלכע האָבן פֿאַקטיש אויסגעדריקט קלאַסישע לינקע פּאָזיציעס קעגן קאַפּיטאַליזם, האָבן דערמאָנט, אַז דער ערשטער מײַ איז דער אַמעריקאַנער „געזעץ-טאָג‟ („Law Day‟). לויט זייער מיינונג, איז עס דער טאָג, ווען די פּשוטע אַמעריקאַנער מוזן קעמפֿן קעגן דעם, וואָס די קאָרומפּירטע פֿירער נוצן אויס די געזעץ-סיסטעם לטובֿת זיך אַליין און קעגן דעם אַרבעטער-קלאַס.

היסטאָריש גערעדט, איז דער „געזעץ-טאָג‟ דערקלערט געוואָרן דורכן פּרעזידענט אײַזערהאַוער, אינעם יאָר 1958, ווי אַ בפֿירוש אַנטי-סאָציאַליסטישע „חגא‟, כּדי די אַמעריקאַנער זאָלן נישט אַסאָציִיִרן דעם ערשטן מײַ מיט לינקע אידעען. אינעם זעלבן יאָר, האָט דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס אָנערקענט דעם ערשטן מײַ ווי „דעם טאָג פֿון לאָיאַליטעט‟ אָדער „דעם טאָג פֿון אַמעריקאַניזאַציע‟, צוליב די זעלבע אַנטי-לינקע סיבות.

דער קינסטלעך-דערפֿונדענער „געזעץ-טאָג‟, פֿאַרבונדן מיט דער אַנטי-קאָמוניסטישער פּאָליטיק פֿון דער קאַלטער מלחמה, איז קיינמאָל נישט געוואָרן פּאָפּולער. ס׳איז אינטערעסאַנט אָבער, אַז אַ טייל הײַנטיקע לינק-געשטימטע אַקטיוויסטן טײַטשן עס אָפּ הײַנט ווי אַן אָפֿיציעלע ווערסיע פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ערשטן מײַ, ווי דעם טאָג פֿונעם קאַמף פֿאַר אַרבעטער-רעכט און מער יושרדיקע געזעצן. דער געמיש פֿון פֿאַרשיידענע פּאָליטישע געדאַנקען, וואָס איז פֿאָרמירט געוואָרן בעת די געצעלט-פּראָטעסטן בײַ וואָל-סטריט, האָט דערמעגלעכט צו אידענטיפֿיצירן אײַזענהאַוערס אַנטי-סאָוועטישע איניציאַטיוו ווי כּלומרשט אַ סאָציאַליסטישע.

דער הויפּט-פּראָטעסט, אין וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט עטלעכע טויזנט מענטשן, האָט זיך אָנגעהויבן 4 אַזייגער אין יוניאָן-סקווער — אַ טראַדיציאָנעל היסטאָריש אָרט פֿון ניו-יאָרקער אַרבעטער-דעמאָנסטראַציעס. אין דער דעמאָנסטראַציע האָבן זיך באַטייליקט פֿאַרשיידענע פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען, דרום-אַמעריקאַנער אימיגראַציע-אַקטיוויסטן, כּמעט אַלע ניו-יאָרקער ראַדיקאַל-לינקע גרופּעס און פֿאַרשיידענע אַנדערע סאָרטן מענטשן, אַרײַנגערעכנט — פּאַראַדאָקסיש — שטאַרקע קאָנסערוואַטאָרן, וועלכע רופֿן „אומצוקערן אַמעריקע צו אירע קאָנסטיטוציאָנעלע וואָרצלען‟.

אַ סך מענטשן האָבן זיך באַטייליקט אין דער דעמאָנסטראַציע צוליב פּערזענלעכער אומצופֿרידנקייט מיט פֿאַרשיידענע ענינים אין אַמעריקע און איבער דער וועלט. איין מוסולמענישע פֿרוי האָט, צום בײַשפּיל, געטראָגן אַ פּלאַקאַט, וואָס רופֿט צו שטיצן דעם פֿאַראיין פֿון קליידער-מאַכער אין באַנגלאַדעש. זי האָט נישט געוואָלט זיך פֿאָטאָגראַפֿירט אָדער שמועסן, נאָר פּשוט דערקלערט, אַז פֿאַר איר איז עס וויכטיק.

די דערמאָנטע טרעגער פֿונעם אומגעוויינטלעכן פּלאַקאַט, וואָס רופֿט קיינמאָל נישט צו אַרבעטן, האָבן דערקלערט, אַז זיי זענען אָנהענגער פֿון באָב בלעק — אַ קאָנטראָווערסאַלער אַמעריקאַנער אַנאַרכיסטישער פֿילאָסאָף, וועלכער האַלט, אַז מע מוז שאַפֿן אַזאַ געזעלשאַפֿט, וווּ אַרבעט איז אַן אינטערעסאַנטע פֿאַווײַלערישע טעטיקייט און נישט אַ נודנע רוטין. דערפֿאַר איז אַזאַ פּלאַקאַט, אין פּרינציפּ, צוגעפּאַסט פֿאַרן ערשטן מײַ, הגם פֿאַר אַ זײַטיקן מענטש זעט ער אויס גענוג מאָדנע. אַנדערע באַטייליקטע אַנאַרכיסטן האָבן געטראָגן די געוויינטלעכע רויט-שוואַרצע פֿאָנען, וועלכע רעפּרעזענטירט דעם קלאַסישן געדאַנק פֿון אַרבעטער-סאָלידאַריטעט.

ווי געוויינטלעך, זענען צווישן די דעמאָנסטראַנטן געווען נישט ווייניק ייִדן. אַריה לעבאָוויץ פֿונעם „ייִדישן אַרבעטער-קאָמיטעט‟ האָט מיך באַגריסט מיט דער פֿראַזע „וואָס מאַכט אַ ייִד?‟ און איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז ער איז לאַוו-דווקא אַ סאָציאַליסט, אָבער שטיצט די אַרבעטער-רעכט. אַן אַנדער עלטערע ייִדישע פֿרוי האָט זיך צעשמועסט מיט מיר און דערציילט וועגן איר קאָמוניסטישן משפּחה-ייִחוס, וואָס שטאַמט פֿון ווײַסרוסלאַנד. אַ נישט-ייִדישער אַנאַרכיסט האָט געמאָלדן, אַז דער אויפֿשטאַנד אינעם וואַרשעווער געטאָ איז פֿאַר אים אַ גרויסער מוסטער פֿונעם ייִדישן קעמפֿער-גײַסט.

נאָך דער הויפּט-דעמאָנסטראַציע, האָבן זיך אַ טייל באַטייליקטע זיך פֿאַרזאַמלט אין זוקאָטי-פּאַרק, בײַם געוועזענעם צענטער פֿון דער באַוועגונג „אָקופּירט וואָל-סטריט‟. נאָך פֿאַרשיידענע דיסקוסיעס זענען זיי זיך צעגאַנגען אַהיים שפּעט בײַ נאַכט. אייניקע אַקטיוויסטן האָבן זיך געלאָזט אין די אָרטיקע באַרן, כּדי צו מאַכן אַ „לחיים‟ און באַהאַנדלען ווײַטער די פּאָליטישע ענינים.

די קאַלטע מלחמה און דער פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן-פֿאַרבאַנד האָט איבערגעצײַגט אַ סך מענטשן אין דער וועלט, אַז סאָציאַליזם טויג אויף כּפּרות. דער פֿאַל פֿונעם „אײַזערנעם פֿאָרהאַנג‟ און די הײַנטיקע גלאָבאַליזאַציע האָט אָבער אַ חידושדיקן בײַ-עפֿעקט: אַ געוויסער שיכט פֿון פּאָליטיש-אַקטיווע אַמעריקאַנער, לאַוו-דווקא לינקע און לאַוו-דווקא געבילדעטע, אינטערעסירן זיך מיט דער געשיכטע פֿון לינקע באַוועגונגען אַרום דער וועלט און באַטראַכטן זיי נישט מער ווי אַן אַנטי-אַמעריקאַנער ענין. נאָך די באַגעגענישן מיט פֿאַרשיידענע אימיגראַנטן, הייבן זיי אָן נעמען אין באַטראַכט אַ ברייטערן ספּעקטער פֿון וועלט-פּאָליטיק, מחוץ דער באַקאַנטער דעמאָקראַטיש-רעפּובליקאַנער סכעמע.