באַשווינדלער פֿון איראַנישע ייִדן אַרעסטירט

Defrauder of Iranian Jews Arrested

Wikimedia Commons

פֿון ייִט״אַ

Published May 02, 2013, issue of May 24, 2013.

לאָס-אַנדזשעלעס. — די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט די „עף-בי-אײַ‟ אַרעסטירט אַן אײַנוווינער פֿון לאָס-אַנדזשעלעס, וועלכער ווערט פֿאַרדעכטיקט אין באַשווינדלען די אָרטיקע קהילה פֿון איראַנישע ייִדן דורך אַ „פּאָנזי‟-מאַניפּולאַציע. שערווין דאַוואַטגאַרזאַדע, אויך באַקאַנט אונטערן נאָמען שערווין נעמאַן, איז פֿאָרמעל באַשולדיקט געוואָרן אין באַשווינדלען זײַן אינוועסטיטאָרן, על-פּי-רובֿ ייִדן פֿון איראַנישן אָפּשטאַם, אויף אַ סומע פֿון 3 מיליאָן דאָלאַר.

לויט דער באַשולדיקונג, האָט דאַוואַטגאַרזאַדע זיך פֿאָרגעשטעלט ווי אַ פֿאַרוואַלטער פֿון אַ „העדזש-פֿאָנד‟, צוזאָגנדיק צו אינוועסטירן דאָס געלט אינעם לאָס-אַנדזשעלעסער הײַזער-מאַרק. די פּאָליציי איז חושד, אַז אַנשטאָט אַרײַנצולייגן דאָס געלט אינעם געשעפֿט, האָט ער עס אויסגענוצט פֿאַרן פּערזענלעכן לוקסוס-לעבן. למשל, ער האָט געקויפֿט גאָר טײַערע אויטאָס, אַ חתונה-רינג פֿאַר זײַן ווײַב, וואָס קאָסט 60,000 דאָלאַר, און געשאַפֿן פֿאַר זיך אַ נײַעם ביוראָ.

לויט דעם „לאָס-אַנדזשעלעסער ייִדישן זשורנאַל‟, האָט די אָרטיקע איראַניש-ייִדישע קהילה געליטן אין די לעצטע יאָרן פֿון אַ גאַנצער סעריע „פּאָנזי‟-מאַכינאַציעס. מיט צוויי חדשים צוריק, אין מאַרץ, האָט אַ קרײַז-געריכט פֿאַרמישפּט אַן אַנדער שווינדלער, דזשאָן פֿאַראַכי, אַ געשעפֿטסמאַן און אַן אָנפֿירער פֿון אַן איראַניש־ייִדישער ראַדיאָ־פּראָגראַם, צו 10 יאָר תּפֿיסה. פֿאַראַכי האָט באַשווינדלט צענדליקער מענטשן, על־פּי-רובֿ איראַנישע ייִדן, אויף 24 מיליאָן דאָלאַר.

אין אָקטאָבער 2011 האָט אַן אַנדער איראַניש-ייִדישער געשעפֿטמאַכער, עזרא נאַמוואַר, באַקומען זיבן יאָר טורמע פֿאַרן צוגנבֿענען 21 מיליאָן דאָלאַר פֿון פֿיר זײַנע קליענטן.