ידיעות אױף אײן פֿוס: מײַ 3

News Highlights: May 3

יוסטיץ־מיניסטער פֿון ישׂראל ציפּי ליבֿני טרעפֿט זיך מיטן גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער „יו־ען” באַן קי־מון אין דער הויפּטקוואַרטיר פֿון דער „יו־ען” אין ניו־יאָרק
Getty Images
יוסטיץ־מיניסטער פֿון ישׂראל ציפּי ליבֿני טרעפֿט זיך מיטן גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער „יו־ען” באַן קי־מון אין דער הויפּטקוואַרטיר פֿון דער „יו־ען” אין ניו־יאָרק

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published May 03, 2013, issue of May 24, 2013.

װאַשינגטאָן, די יוסטיץ־מיניסטאָרשע ציפּי ליבֿני און דעם פּרעמיער נתניהוס ספּעציעלער שליח יצחק מאָלכאָ האָבן זיך געטראָפֿן מיטן מידינה־סעקרעטאַר דזשאָן קערי און באַהאַנדלט מיט אים די אָפּציעס פֿון סטימולירן דעם משׂא־מתּן־פּראָצעס מיט די פּאַלעסטינער. אין די ראַמען פֿון ליבֿניס װיזיט האָט זי זיך געטראָפֿן מיטן גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער „יו־ען‟ באַן קי מון, און זײַן פּרעסע־סעקרעטאַר האָט אונטערגעשטראָכן: „ מיר שאַצן אָפּ די פּאָזיטיװקײן פֿון דער ׳קאַטאַרער איניציאָטיװ׳.

לבֿנון. אַ פֿאָרשטײער פֿון דער אַרמײ האָט געמאָלדן, אַז צװײ ישׂראלדיקע שלאַכט־עראָפּלאַנען באַראַזשירן אינעם הימל פֿון דרום־לבֿנון.

ירושלים. פּרעמיער בנימין נתניהו און דער דירעקטאָר פֿונעם „באַנק־ישׂראל‟ סטענלי פֿישער האָבן אױסגעדריקט זייער דערשטױנונג מכּוח דער פּאָליטיק פֿונעם פֿינאַנץ־מיניסטער יאיר לאַפּיד צו העכערן דעם בודזשעט־דעפֿיציט אױף 4,9%. נאָר די שמועסן אַרום דעם ענין האָבן שױן געבראַכט נעגאַטיװע רעזולטאַטן — די S&P האָט אַראָפּגעלאָזט די קרעדיט־פֿעיִקײט פֿונעם ישׂראלדיקן שקל אױף אײן פּונקט, ביז A+.

רעגירונג. מאיר כּהן, דער מיניסטער פֿון דער סאָציאַלער פֿאַרזיכערונג, נאָכן אומגעריכטן באַזוך אין אַ רײ מושבֿ־זקנימס: „װיי איז צו אונדז, אױב דאָס איז אונדזער באַציִונג צו די עלטערע מענטשן‟.

„איסקאַר‟. דער אַמעריקאַנער טײַקון און דער מזלדיקער געשעפֿטסמאַן, װאָרען באַפֿעט, האָבן אױסגעקױפֿט די לעצטע 20% אַקציעס פֿון דער ישׂראלדיקער פֿירמע „איסקאַר‟ פֿאַר 2 מיליאַרד און 50 מיליאָן דאָלאַר. באַפֿעט: „אינװעסטירן געלט אין ישׂראל איז אַ גוט געשעפֿט!‟

רבת־עמון: „יאָרדאַניע איז אַ פֿולװאָגיקער שותּף צום שלום־פּראָצעס צװישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער‟.

בײדזשין. כינע איז גרײט צו אָרגאַניזירן אַ טרעפֿונג צװישן דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתניהו און דעם פֿאָרזיצער פֿון דער פּאַלעסטינער אױטאָנאָמיע מאַכמוד אַבאַס. בײדע קומען איװדע װאָך מיט אַן אָפֿיציעלן װיזיט קײן בײדזשין.

דמשׂק. סיריע װאָרנט ישׂראל ניט אַרײַנצומישן זיך אינעם באַװאָפֿנטן קאָנפֿליקט אין לאַנד. װיצע־פּרעמיער, קאַדרי דזשאַמיל אין אַן אינטערװיו דער ישׂראלדיקער אַראַבישער צײַטונג „אַ־סינאַראַ‟: „אױב ישׂראל װעט באַפֿאַלן סיריע, װעט עס קײן פּיקניק פֿאַר אײַך ניט זײַן!‟

ראַמאַלאַ. אַסאַד אַזאַל, דער פֿאָטער פֿונעם טעראָריסט, װעלכער האָט מיט אַ פּאָר טעג צוריק דערהרגעט אַבֿיתּר באָראָװסקי, ז”ל: „מיר שטאָלצירן מיט אונדזער זון‟.

באַגדאַד. דער חודש אַפּריל איז געװען דער בלוטיקסטער אין איראַק פֿאַר די לעצטע פֿינף יאָר.

עזה. די „כאַמאַס‟־פּאָליצײ האָט אַרעסטירט זעקס סאַלאַפֿיטן, פֿאַרדעכטיקט אין גנבֿות פֿון ראַקעטן און אינעם פּלאַנירן טעראָריסטישע אַקטן אין עזה־פּאַס.

ירושלים. קײן ירושלים פֿאָרן זיך צונױף צענדליקער טױזנטער גלױביקע פּראַװאָסלאַװנע, כּדי אָנטײל נעמען אין דער „שבת־ליכט‟־צערעמאָניע אינעם „קבֿר‟־קלױסטער.

חיפֿה. טױזנטער פּיליגרימען קומען קײן חיפֿה צו דעם אַלװעלטלעכן קאָנגרעס פֿון דעם באַהײַער גלױבן. דער קאָנגרעס קומט פֿאָר אין חיפֿה, אײן מאָל אין 5 יאָר און קלײַבט אױס דעם הױפּט־אָרגאַן פֿון דער באַהײַער קירכע, דאָס „הױפּט־געריכט פֿון יושרדיקײט‟.

ש”ס. רבי עובֿדיה יוסף, שליט’א, דער גײַסטלעכער פֿירער פֿון דער ספֿרדישער אָרטאָדאָקסישער פּאַרטײ „ש’ס‟ און דער חכמים־ראַט פֿונעם ספֿרדישן צװײַג האָבן באַשטימט אַריה דרעי פֿאַרן פּאַרטײ־פֿאָרזיצער. אַריה דרעי באַרויִקט דעם פֿריִערדיקן פֿאָרזיצער, אַלי ישי: „שבת הײליקט אַלע צרות‟.

ישׂראל. דבֿורה עומר, די לאַורעאַטין פֿונעם ישׂראל־פּרײַז, אַ מחברין פֿון מער װי 100 קינדער־ביכער איז אַװעק אין דער אײביקײט, אין דער עלטער פֿון 80 יאָר. מדינה־פּרעזידענט שמעון פּערעס, אין אַ מיטלײַדבריװ: „דבֿורה עומר האָט געשריבן מיט אַ פּען פֿון חכמה און מיט טינט פֿון ליבע. זי האָט דערצױגן גאַנצע דורות עלטערן, װעלכע האָבן אױפֿגעכאָװעט דורות פֿון אױסגעצײכנטע טעכטער און זין אין מדינת־ישׂראל‟.