רעדפֿאָרדס נײַער פֿילם: אַן אַנטוישטונג

Redford‘s New Film a Disappointment

ראָבערט רעדפֿאָרד שפּילט אַן אַלטן בונטאַר אין „די חבֿרותא וואָס מע פֿאַרברענגט מיט איר‟
ראָבערט רעדפֿאָרד שפּילט אַן אַלטן בונטאַר אין „די חבֿרותא וואָס מע פֿאַרברענגט מיט איר‟

פֿון עדי מהלאל

Published May 03, 2013, issue of May 24, 2013.

ווען אַ פּערסאָנאַזש ווי ראָבערט רעדפֿאָרד בעט אײַך צו באַטייליקן זיך אין אַ פֿילם וואָס ער רעזשיסירט און שפּילט אין דעם די הויפּט-ראָלע, וועט מען זעלטן געפֿינען אַן אַקטיאָר, וואָס וועט זיך אָפּזאָגן. אַזוי, האָבן די קינאָ־וועטעראַנען, ווי סוזען סאַראַנדאָן, דזשולי קריסטי, סעם שעפּערד, ניק נאָלטי און קריס קופּער מסכּים געווען אויפֿצוטרעטן אין רעדפֿאָרדס נײַעם פֿילם „די חבֿרותא וואָס מע פֿאַרברענגט מיט איר‟ (The Company You Keep). באַזירט אויפֿן ראָמאַן פֿון ניל גאָרדאָן מיטן זעלבן נאָמען, וואָלט מען געקאָנט דערוואַרטן צו זען אַ בכּבֿודיקע שפּאַנענדיקע דראַמע; בפֿרט אַז אינעם פֿילם שפּילט אויך דער שטײַגנדיקער האָליוווּדער שטערן שיִאַ לאַבאָף (פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, אַגבֿ). אַזאַ דראַמע וואָס פֿאַרטיפֿט זיך אין אירע געשטאַלטן און אין אירע קאָנפֿליקטן, ווויל און מיט געפֿיל געמאַכט, ווי עס דאַרף צו זײַן. וווּ זשע איז באַגראָבן דער הונט? וווּ ליגן די פּראָבלעם פֿון רעדפֿאָרדס פֿילם?

ערשטנס, דער סיפּור-המעשׂה. דער פֿילם דערציילט וועגן שוין-נישט קיין יונגע ראַדיקאַלע לינקע אַקטיוויסטן פֿון די 1960ער יאָרן, וואָס פֿלעגן געהערן צו דער מיליטאַנטישער גרופּע „וועטער אונטערגרונט‟ (Weather Underground). נאָך אַ סך יאָרן פֿון לעבן מיט כּמו-נעמען און פֿאַלשע אידענטיטעטן צוליב דעם יאָגעניש נאָך זיי מצד דעם עף. בי. אײַ. (FBI), ווערט אַ טייל פֿון זיי סוף-כּל־סוף אויפֿגעדעקט. אין אַ געוויסן זין געשעט עס צוליב דער אויספֿאָרשונג פֿון דעם ענערגישן יונגן קאָרעספּאָנדענט בען שעפּערד (לאַבאָף). איצטער מוזן זיי קאָנפֿראָנטירן מיט זייער עבֿר, מיט זייערע אַני-מאמין און אידעאָלאָגיע פֿון אַמאָל — און נישט נאָר פֿון אַמאָל — אין שײַכות מיט זייער הײַנטיקן לעבן, בפֿרט מיט זייערע פּערזענלעכע לעבנס.

אַלע געשטאַלטן און פּאַסירונגען וואָס קומען פֿאָר אין דעם פֿילם גופֿא, זענען אויסגעטראַכטע, דאָך איז דער „וועטער אונטערגרונט‟ אַ מעשׂה-שהיה. דער „וועטער אונטערגרונט‟ איז געווען אַ פֿראַקציע וואָס איז אויפֿגעקומען אין 1969 פֿון דער נײַער לינקער באַוועגונג „סטודענטן פֿאַר אַ דעמאָקראַטישער געזעלשאַפֿט‟ (באַקאַנט לויט זייער ראָשי-תּיבֿות SDS). וואָס אַגבֿ, נישט-ווינציק פֿון SDS-מיטגלידער זענען באַשטאַנען פֿון די ניו-יאָרקער ייִדן, ווי עס דערציילט דער אַמאָליקער פֿאָרזיצער פֿון SDS טאָד גיטלין.

סוזען סאַראַנדאָן ווערט געכאַפּט
סוזען סאַראַנדאָן ווערט געכאַפּט

אַלע אין SDS האָבן פֿעסט געהאַלטן, אַז אַמעריקע טוט מעשׂים-אַשר-לא-יעשׂו אין וויעטנאַם. די חבֿרה פֿון „וועטער אונטערגרונט‟ האָבן אָבער ווײַטער אויסגעפֿירט, אַז אָן אַ געוואַלדיקער קאָמפּאַניע אין אַמעריקע גופֿא, וועלן די צילן פֿון דער רעוואָלוציע, קודם-כּל, דאָס אויפֿהערן די וויעטנאַם-מלחמה, קיינמאָל נישט דערגרייכט ווערן. (אין רעדפֿאָרדס פֿילם ,למשל, זאָגט סאַראַנדאָנס געשטאַלט, אַז „צו זיצן אין דער היים בשעת דײַן מדינה באַגייט אַ גענאָציד מיינט אַליין געוואַלד‟). זיי פֿלעגן אונטערלייגן באָמבעס אין בנינים פֿון שטאַטישע אינסטיטוציעס און אין די בענק איבער אַמעריקע אין משך פֿון די 1970ער יאָרן; דאָך, פֿלעגן זיי תּמיד וואָרענען די מענטשן דאָרטן פֿון פֿריִער. דעריבער איז קיין איין נפֿש נישט אומגעקומען פֿון זייערע טאַטן. פֿאַר יעדערן וואָס אינטערעסירט זיך מיט דער טעמע, וואָלט איך רעקאָמענדירט צו זען דעם דאָקומענטאַר “דער וועטער אונטערגרונט” (The Weather Underground) פֿון 2002. נישט על-פּי-צופֿאַל איז דער ראָמאַן The Company You Keep, וואָס רעדפֿאָרדס פֿילם מיטן זעלבן נאָמען האָט באַאַרבעט פֿאַר זײַן פֿילם, אַרויס אַ יאָר שפּעטער אין 2003.

רעדפֿאָרדס פֿילם דרייט זיך אַרום דער מעשׂה-שהיה, וווּ דריי געוועזענע מיטגלידער פֿונעם „וועטער אונטערגרונט”, האָבן זיך פֿאַראייניקט מיט אַן אַנדער ראַדיקאַלער גרופּע און באַרויבט אין 1981 אַ בראָנירטן משׂא-אויטאָ, וואָס פֿירט איבער גרויסע סומעס געלט. דרײַ פּאָליציאַנטן און איין שומר זענען דערהרגעט געוואָרן, ווי אַ רעזולטאַט. דאָס איז געשען נאָך דעם וואָס דער „וועטער אונטערגרונט‟ איז פֿאַקטיש אויסגעגאַנגען פֿאָלגנדיק דעם סוף פֿון דער וויעטנאַם-מלחמה אין 1975. אין דעם פֿילם, רעדט זיך וועגן אַ פּרוּוו, דורכצופֿירן נאָר דורכן „וועטער אונטערגרונט‟ אַליין, אַן אָנפֿאַל צו באַרויבן אַ באַנק אין 1982, וווּ איין שומר ווערט דערהרגעט. דער הויפּט-העלד דזשים גראַנט (רעדפֿאָרד) באַמיט זיך ריין מאַכן זײַן נאָמען, כּדי ער זאָל ווײַטער קענען לעבן בשלום-ושלווה מיט זײַן 11 יעריקער טאָכטער. צו זען אויפֿן עקראַן דעם אַלטן רעדפֿאָרד, שוין 76 יאָר אַלט, שפּילן דעם טאַטן פֿון אַזאַ יונג מיידל, איז שוין גאָר אַ מאָדנע זאַך — אַ ריזיקער עלטער-אונטערשייד וואָס מע גיט אַפֿילו נישט צו פֿאַרשטיין מיט איין וואָרט. אַחוץ דעם קען מען געפֿינען נישט קיין קליינע לעכער אין דער אַנטוויקלונג פֿונעם סוזשעט; די קריטיקערין לינדאַ האָלמס פֿון NPR האָט אים מיט רעכט באַשריבן ווי „נישט-דערבאַקן‟ (למשל ווען אַ געשטאַלט רעדט צו זיך אַליין אויפֿן וועג צו לייזן אַ פּראָבלעם). און לײדער, האָט מען דעם ייִדישן אָפּשטאַם פֿון אַ סך פֿון די אמתע „וועטער אונטערגרונט‟-מיטגלידער פֿאַרנעפּלט.

אַ כּלל, די וואָס ווילן זען אַ נישקשהדיקע דראַמע וועגן אַן ענלעכער טעמע, איז כּדאַי צו זען Running On Empty (1988). די וואָס ווילן זען ראָבערט רעדפֿאָרד אין אַ ראָלע פֿון אַן אַלטן אַקטיוויסט, איז כּדאַי צו זען דעם גאָר שאַרפֿן פֿילם „סניקערס‟ (1992). דעם דאָקומענטאַר „דער וועטער אונטערגרונט‟ האָבן איך שוין אויבן דערמאָנט. איבער רעדפֿאָרדס נײַעם פֿילם „די חבֿרותא וואָס מע פֿאַרברענגט מיט איר‟ קען מען לײדער גרינג אויסמײַדן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.