ברעקלעך פֿונעם טונגוסקער מעטעאָריט

Tunguska Meteorite Fragments

די מעגלעכע פֿראַגמענטן פֿונעם טונגוסקער מעטעאָריט, געפֿונען דורך אַנדריי זלאָבין
arXiv:1304.8070 [physics.gen-ph]
די מעגלעכע פֿראַגמענטן פֿונעם טונגוסקער מעטעאָריט, געפֿונען דורך אַנדריי זלאָבין

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 03, 2013, issue of May 24, 2013.

אַנדריי זלאָבין, אַ מיטאַרבעטער פֿונעם מאָסקווער מלוכישן מינעראַלאָגישן מוזיי, האָט געמאָלדן, אַז ער האָט געפֿונען דרײַ מעגלעכע ברעקלעך פֿונעם „טונגוסקער מעטעאָריט‟. דעם 29טן אַפּריל האָט ער פּובליקירט די רעזולטאַטן פֿון זײַן פֿאָרשונג אויף דער אינטערנעץ אינעם ביבליאָטעק-אַרכיוו פֿונעם קאָרנעל-אוניווערסיטעט. די ידיעות וועגן דעם האָבן זיך גיך פֿאַרשפּרייט אויף רוסישע און אַמעריקאַנער וויסנשאַפֿטלעכע נײַעס-קוואַלן. די פֿאָרלויפֿיקע ווערסיע פֿונעם ענגלישן אַרטיקל, באַגלייט מיט בילדער, געפֿינט זיך אָט-דאָ:

http://arxiv.org/abs/1304.8070

אינעם יאָר 1988 האָט זלאָבין זיך באַטייליקט אין אַ געאָלאָגישער עקספּעדיציע אינעם ראַיאָן, וווּ דער מיסטעריעזער מעטעאָריט איז געפֿאַלן אינעם יאָר 1908. צוערשט, האָט ער געזוכט מעגלעכע ברעקלעך פֿונעם מעטעאָריט אינעם אַזוי-גערופֿענעם „סוסלאָוו-קראַטער‟, וווּ אַ סך ספּעציאָליסטן האָבן געהאָפֿט זיי צו געפֿינען. שפּעטער האָט ער אַנטדעקט דרײַ מעטעאָריט-ברעקלעך בײַם ברעג פֿונעם אָרטיקן טײַך כושמאָ. במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט, צוליב אומקלאָרע סיבות, האָט זלאָבין נישט אַנאַליזירט זײַנע געפֿינסן ווי געהעריק. אינעם יאָר 2008 האָט ער סאָרטירט זײַנע מוסטערן און באַמערקט, אַז עטלעכע שטיינער טראָגן סימנים פֿון צעשמעלצונג בײַ אַ הויכער טעמפּעראַטור און פֿון אַ גיכן צוזאַמענשטויס.

אַ ברעקל פֿונעם מעטעאָריט „טשעלאַבינסק‟
אַ ברעקל פֿונעם מעטעאָריט „טשעלאַבינסק‟

די ווײַטערדיקע פֿאָרשונג האָט געוויזן, אַז די היץ פֿונעם מעטעאָריט-פֿאַל, וועלכע האָט אַרויסגערופֿן אַ וואַלד-שׂריפֿה אינעם ראַיאָן, וואָלט נישט געקאָנט צעשמעלצן די שטיינער. דעריבער, איז זיך משער זלאָבין, מוזן זיי קומען דירעקט פֿונעם מעטעאָריט גופֿא. לויט זײַן השערה, האָבן די שטיינער זיך געפֿונען אינמיטן אַ פֿראַגמענט פֿון אַ קאָמעט, וועלכער איז געפֿאַלן און אַרויסגערופֿן דעם ריזיקן אויפֿרײַס.

דער טונגוסקער אינצידענט ווערט באַטראַכט ווי איינער פֿון סאַמע מיסטעריעזע נאַטירלעכע פֿענאָמענען. דעם 30סטן יוני, אינעם יאָר 1908, איז אַ ריזיקער אויפֿרײַס אויסגעבראָכן אינעם ווייניק־באַוווינטן רוסלענדישן ווײַטן מיזרח, בײַם טײַך מיטל-טונקוסקע. די שטאַרקייט פֿונעם אויפֿרײַס קאָן פֿאַרגליכן ווערן מיט דער וואַסערשטאָף-באָמבע, וועלכע דאָס אַמעריקאַנער מיליטער האָט אויסגעפּרוּווט אינעם יאָר 1954 אויף ביקיני-אַטאָל. דער אויפֿרײַס האָט אַרויסגערופֿן אַן ערד-ציטערניש פֿון 5 איינסן אויף דער ריכטער-סקאַלע. במשך פֿון עטלעכע נעכט האָט דער הימל אין גאַנץ אייראָפּע און אַזיע געשײַנט בײַנאַכט. אַפֿילו די אַטמאָספֿער איבערן צפֿון-אַמעריקאַנער קאָנטינענט איז געווען פֿאַרנעפּלט במשך פֿון עטלעכע חדשים.

די הויפּט-רעטעניש פֿונעם דאָזיקן אויפֿרײַס באַשטייט אין דעם, וואָס ביז הײַנט האָט מען קיינמאָל נישט געפֿונען קיין ברעקלעך פֿונעם געפֿאַלענעם מעטעאָריט. צוליב דעם, האָבן אַ צאָל פֿאָרשער פֿאָרגעלייגט פֿאַרשיידענע אַלטערנאַטיווע טעאָריעס. למשל, דער אַסטראָפֿיזיקער וואָלפֿגאַנג קונדט האָט זיך משער געווען, אַז ס׳איז געווען אַ ריזיקער אויפֿרײַס פֿונעם נאַטירלעכן גאַז, און בכלל נישט קיין מעטעאָריט. אייניקע אַנדערע האָבן אַרויסגעזאָגט מער פֿאַנטאַסטישע השערות. איינער אַ רוסישער וויסנשאַפֿטלער, יורי לאַוובין, האָט מיט עטלעכע יאָר צוריק געמאָלדן, אַז אַ פֿרעמדפּלאַטענישער פּילאָט האָט מוסר-נפֿש געווען צו ראַטעווען אונדזער פּלאַנעט, און אַרײַנגעקראַכט זײַן „פֿליִענדיקן טעלער‟ אין אַ מעטעאָריט, כּדי אויסצומײַדן אַ ריזיקע קאַטאַסטראָפֿע.

כּדי צו דערקלײַבן זיך ביזן וויסטן ראַיאָן, וווּ דער מעטעאָריט-אויפֿרײַס איז געשען, מוז מען פֿליִען מיט אַ העליקאָפּטער אָדער צו באַטייליקן זיך אין אַן ערנסטער עקספּעדיציע. צוליב דעם, איז דער מיסטעריעזער אויפֿרײַס באַוואַקסן, במשך פֿון דער צײַט, מיט אַן אייגענעם פֿאָלקלאָר, קאָנספּיראַציע-טעאָריעס און ווילדע היפּאָטעזן. צום בײַשפּיל, האָבן צוויי פֿיזיקער פֿון טעקסאַס געמאָלדן, אַז אינעם יאָר 1908 איז אַ קליינע „שוואַרצע לאָך‟ געקומען פֿונעם ווײַטן קאָסמאָס און דורכגעשטאָכן אונדזער גאַנצן פּלאַנעט דורך אויף דורך.

זלאָבינס געפֿינסן וועלן — אויב זײַן אַנאַליז פֿון די שטיינער-מוסטערן איז טאַקע אַ ריכטיקער — זיכער נישט אָפּשטעלן די פֿאַנטאַזיע פֿון אַזעלכע מענטשן, וואָס ווילן נישט גלייבן, אַז דער טונגוסקער מעטעאָריט איז געווען בלויז אַ שטיקל קאָמעט מיט שטיינער אינעווייניק. נישט לאַנג צוריק, דעם 15טן פֿעברואַר, האָט אַ קליינער אַסטעראָיִד זיך אויפֿגעריסן איבער דער סיבירער שטאָט טשעלאַבינסק, אויסזעצנדיק די פֿענצטער אין טויזנטער בנינים. אין דעם פֿאַל, האָט מען אין גיכן געפֿונען צעפֿלויגענע ברעקלעך פֿונעם מעטעאָריט, וועלכער האָט באַקומען דעם נאָמען „טשעלאַבינסק‟. באַלד האָבן זיך געפֿונען מענטשן, וועלכע האָבן אויך געמאָלדן, אַז אַ „פֿליִענדיקער טעלער‟ האָט געראַטעוועט די אײַנוווינער פֿון דער שטאָט. אַ ווידעאָ פֿון דעם, ווי דאָס איז, כּלומרשט, געשען, האָט זיך פֿאַרשפּרייט אויף „יוטוב‟.

די מעטעאָריט-פֿאַלן האָבן צוגעצויגן אַ גרויסן אויפֿמערק זינט אוראַלטע צײַטן, און נישט איין מאָל געדינט ווי אַ יסוד פֿון גאַנצע נײַע מיטאָלאָגיעס און רעליגיעס. לויט די כינעזישע כראָניקעס, האָט אַ מעטעאָריט-פֿאַל דערהרגעט טויזנטער כינעזער אינעם יאָר 1490; אַ טייל הײַנטיקע היסטאָריקער זענען אָבער חושד, אַז דאָס איז אַן אויסגעטראַכטע מעשׂה.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.