האָלאַנדישע פֿײַערונג — יום־כּיפּור

Dutch Celebration - on Yom Kippur

די קיניגין ביטריקס
די קיניגין ביטריקס

Published May 03, 2013, issue of May 24, 2013.

די ייִדן אין האָלאַנד זענען אויפֿעבראַכט, וואָס די געזעגענונג־שׂימחה פֿאַר דער קיניגין ביטריקס וועט פֿאָרקומען דעם 14טן סעפּטעמבער, פּונקט אינעם טאָג פֿון יום־כּיפּור.

”שוין ווידער מוזן מיר, ייִדן, מסכּים זײַן מיטן מצבֿ, וואָס לאָזט אונדז בלײַבן באַזײַטיקט, און דאָס טוט וויי,“ האָט דערקלערט דער האָלענדישער הויפּט־רבֿ, בנימין דזשייקאָבס. ”די ייִדישע מינאָריטעט דאָ איז זייער אַ קליינע; דערפֿאַר איז דער רעגירונג אַפֿילו נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז די דאַטע קאָן זײַן אַ פּראָבלעם פֿאַר אונדז.“

אַ הויכער באַאַמטער פֿון דער רעגירונג האָט די וואָך געזאָגט, אַז מע וועט זיך טרעפֿן מיט די פֿירער פֿון דער ייִדישער קהילה, ”כּדי צו געפֿינען דעם בעסטן אופֿן ווי צו פֿײַערן דעם טאָג,“ האָט איבערגעגעבן די נײַעס־סטאַנצע ”ספּיריט 24“, אָבער די דאַטע וועט מען נישט ענדערן, צוליב באַגרענעצונגען פֿונעם קאַלענדאַר.

דער קאָמיטעט, וואָס אָרגאַניזירט די אונטערנעמונג, האָט געזאָגט, אַז מע האָט בפֿירוש אויסגעקליבן יענע דאַטע, ווײַל דעמאָלט וועט דער הויפּטזאַל אין ראָטערדאַם זײַן פֿרײַ און ווײַל דאָס איז געווען די איינציקע דאַטע, ווען די פֿאַרבעטענע אַרטיסטן קאָנען קומען.

די האָלענדישע טאָגצײַטונג, ”האַנדלסבלאַט“ האָט ציטירט הרבֿ דזשייקאָבס, זאָגנדיק, אַז די הויכע באַאַמטע פֿונעם האָלענדישן קיניג האָבן זיך געדאַרפֿט האַלטן אַן עצה מיט דער ייִדישער קהילה, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז זיי וועלן קאָנען בײַזײַן בײַ דער פֿײַערונג, בײַ וועלכער טויזנטער מענטשן וועלן זיך פֿאַרזאַמלען צו ווינטשן דער מלכּה אַריכת־ימים נאָכן רעגירן 33 יאָר אויפֿן טראָן.

ביטריקס, וועלכע האָט געפּראַוועט איר 75סטן געבוירן־טאָג דעם 31סטן יאַנואַר, האָט געמאָלדן אין יאַנואַר, אַז זי וועט דעמיסיאָנירן און איבערגעבן די קרוין איר בכור, דעם פּרינץ וויליאַם אַלעקסאַנדער.

ד״ר מאַנפֿרעד גערשטנפֿעלד, אַ ישׂראלדיקער עקספּערט אין האָלענדישע ענינים, האָט איבערגעגעבן דער ישׂראלדיקער נײַעס־סטאַנציע ”אַרוץ שבֿע“, אַז די האָלענדישע ייִדן האָבן תּמיד זיך באַצויגן פּאָזיטיוו צום האָלענדישן קיניגרײַך, אָבער דאָס געפֿיל איז נישט תּמיד געווען קעגנזײַטיק.

”צום בײַשפּיל — האָט גערשטנפֿעלד דערקלערט — דער נײַער קיניג אַלעקסאַנדער און זײַן פֿרוי, די קיניגין מאַקסימאַ, האָבן שוין באַזוכט אַ צאָל לענדער, כּדי זיך צוצוגרייטן צו זייער נײַער ראָלע. צווישן די לענדער זענען געווען די דיקטאַטורן, די ׳פֿאַראייניקטע אַראַבישע עמיראַטן׳ און אָמאַן. אַ וויזיט קיין ישׂראל פֿיגורירט אָבער נישט אין זייער טאָג־אָרדענונג.“