ידיעות אױף אײן פֿוס: מײַ 6

News Highlights: May 6

וויקטאָר אָרבאַן, דער אונגערישער פּרעמיער, רעדט פֿאַרן „ייִדישן וועלט־קאָנגרעס‟ אין בודאַפּעשט, דעם 5טן מײַ
Getty Images
וויקטאָר אָרבאַן, דער אונגערישער פּרעמיער, רעדט פֿאַרן „ייִדישן וועלט־קאָנגרעס‟ אין בודאַפּעשט, דעם 5טן מײַ

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published May 06, 2013, issue of May 24, 2013.

קול ישׂראל: „לױט די מעלדונגען פֿון די אױסלענדישע קאָרעספּאָנדענטן, מוצאי־שבת האָט די ישׂראלדיקע שטורעם־אַװיאַציע פֿאַרניכטעט אַ סקלאַד מיט איראַנישע מאָדערנסטע ראַקעטן פֿונעם גרױסן דערגרײך־ראַדיִוס „פֿאַטאַך 110‟, אױף דער מיליטער־באַזע פֿון דער נאַציאָנאַל־גװאַרדיע לעבן דמשׂק.

סי. אײַ. אײ: „מיר האָבן ניט באַקומען פֿון ישׂראל קײן שום פֿריִערדיקע וואָרענונג לגבי דער אַטאַק אױף סירישע מיליטער־אָביעקטן‟.

װאַשינגטאָן, ישׂראל האָט רעכט צו פֿאַרטײדיקן זײַנע בירגער. ישׂראל האָט מרמז געװען, אַז דער מצבֿ אין סיריע פֿאַרערגערט זיך, אָבער קײן סאָלדאַטן װעלן די פֿאַראײניקטע שטאַטן אַהין ניט שיקן.

לאָנדאָן. מיר רעספּעקטירן דאָס רעכט פֿון ישׂראל צו פֿאַרטײדיקן אירע בירגער.

פּאַריז. אױסערן־מיניסטער: „איך פֿאַרשטײ די אױפֿפֿירונג פֿון ישׂראל, אָבער עס שטעקט אין דעם אַ געװיסע סכּנה‟.

בערלין. אױסערן־מיניסטער, װעסטערװעלע: „ישׂראל האָט רעכט צו פֿאַרטײדיקן זיך אַלײן‟.

רוסלאַנד האָט אױסגעדריקט אַ טיפֿע באַזאָרגקײט מיט דער ישׂראלדיקער אַטאַק אױף די סירישע ראַקעטן־באַזעס.

דמשׂק. די אַטאַק פֿון די ישׂראלים אױף אונדזערע מיליטער־באַזעס איז ניט אַנדערש װי דאָס דערקלערן מלחמה.

כאַלעב. אַן הױכגעשטעלטער רעבעלן־גענעראַל: „ס’רובֿ פֿונעם סירישן פֿאָלק פֿרײט זיך מיט די רעזולטאַטן פֿון דער ישׂראלדיקער אַטאַק. זײ האָבן פֿאַרניכטעט די ראַקעטן, מיט װעלכע אַסאַד פֿאַרטיליקט דאָס פֿאָלק‟.

לבֿנון. די „ליגע פֿון די אַראַבישע לענדער‟ איז מחויבֿ צו פֿאַראורטײלן די ישׂראלדיקע אַגרעסיע.

טעהעראַן. שטעלפֿאַרטרעטער פֿונעם אױסערן־מיניסטער: „די ציוניסטישע כונטע אין ישׂראל דאַרף װיסן, אַז זי װעט קריגן ׳אַ שרעקלעכן קלאַפּ׳ װי אַן ענטפֿער אױף איר אַגרעסיע אין סיריע‟.

צה”ל: „מיר פֿילן ניט קײן מלחמה־ריח‟.

קאַיִר: „מיר פֿאַראורטײלן דאָס עובֿר זײַן אױף דער סירישער סוּװערעניטעט מצד ישׂראל‟. אַן אומבאַװוּסטע באַװאָפֿנטע כּנופֿיא האָט באַשאָסן דעם אױטאָ־קאָרטעזש פֿונעם פּרעמיער־מיניסטער. קײן קרבנות זײַנען ניטאָ.

אַראַבישע ליגע: „דער זיכערהײט־ראַט בײַ דער „יו־ען‟ דאַרף פֿאַראורטײלן די ישׂראלדיקע אַגרעסיע‟.

כעזבאָלאַ: „סיריע האָט אָנגעצילט אירע ראַקעטן אױף ישׂראל‟.

טערקײ. פּרעמיער ערדאָגאַן: „אַסאַד איז אַ ׳בלוטיקער קצבֿ׳ און ער װעט טײַער באַצאָלן דערפֿון‟.

ניו־יאָרק. אַ הױכגעשטעלטע פֿאָרשטײערין פֿון דער „יו־ען‟, קאַרלאַ דעל פּאָנטע: „מיר האָבן זיכערע עדות, אַז בעתן בירגער־קריג אין סיריע דװקא די רעבעלן, און ניט די רעגירונג, האָבן גענוצט דעם פֿאַרבאָטענעם פּאַראַליזיר־גאַז זאַרין‟.

ירושלים. די רעגירונג האָט באַשטעטיקט דעם בודזשעט־דעפֿיציט אױפֿן יאָר 2013 — 4,65%.

שאַנכײַ. פּרעמיער בנימין נתניהו איז אָנגעקומען קײן כינע מיט אַן אָפֿיציעלן מלוכה־באַזוך. אױפֿן סדר־יום — אַנטװיקלונג פֿון די עקאָנאָמישע באַציִונגען צװישן ישׂראל און דער נײַער כינעזישער פֿירערשאַפֿט. בנימין נתנהו: „מיר מוזן העכערן דעם עקספּאָרט פֿון דער ישׂראלדיקער אינדוסטריע־פּראָדוקציע קײן כינע‟.

בריסל. די אײראָפּעיִשע עקאָנאָמיע אינעם פֿינאַנץ־יאָר 2013 וואַרט אַ רעצעסיע, נאָר אין אָנהײב 2014 װעלן זיך אָנהײבן פּאָזיטיװע ענדערונגען אױפֿן אײראָפּעיִשן אַרבעטס־מאַרק.

יו־ען‟. דאָס לעצטע יאָר, 2012, איז געװען דאָס בלוטיקסטע אין דער געשיכטע פֿון דער זשורנאַליסטיק. עס זײַנען דערמאָרדעט געװאָרן 90 זשורנאַליסטן, פֿון זײ 39 — אין סיריע. איראַן איז דער װעלט־רעקאָרדסמען לױט דער צאָל זשורנאַליסטן, פֿאַראורטײלט צו תּפֿיסה — 157.

אונגערן. אין בודאַפּעשט האָט זיך אױפֿגעעפֿנט דער יערלעכער צוזאַמענפֿאָר פֿונעם אַלװעלטלעכן ייִדישן קאָנגרעס. דער פֿאָרשטײער פֿון מדינת־ישׂראל, מיניסטער סילװאַן שלום: „אײראָפּע מוז אַרײַנטראָגן ׳כעזבאָלאַ׳ אין דער רשימה פֿון די טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס‟. אַרום טױזנט עקסטרעם־רעכטע אַנטיסעמיטן האָבן דעמאָנסטרירט אין בודאַפּעשט קעגן די „זשידעס‟.