ספֿרדישער שאָקאָלאַד

Sephardic Chocolate

די היסטאָרישע שיל אין באַיאָן, פֿראַנקרײַך, וווּ עס וועט פֿאָרקומען די קאָנפֿערענץ וועגן דער ראָלע פֿון ספֿרדים אין שאָקאָלאַד-אינדוסטריע
די היסטאָרישע שיל אין באַיאָן, פֿראַנקרײַך, וווּ עס וועט פֿאָרקומען די קאָנפֿערענץ וועגן דער ראָלע פֿון ספֿרדים אין שאָקאָלאַד-אינדוסטריע

Published May 07, 2013, issue of May 24, 2013.

באַיאָן, פֿראַנקרײַך. — בעת דעם קומענדיקן יערלעכן שאָקאָלאַד-פֿעסטיוואַל אין באַיאָן, פֿראַנקרײַך, וועט דורכגעפֿירט ווערן אַ ספּעציעלע קאָנפֿערענץ וועגן די היסטאָרישע פֿאַרבינדונגען צווישן די ספֿרדישע ייִדן און דער שאָקאָלאַד-אינדוסטריע. דער צוויי-טאָגיקער פֿעסטיוואַל וועט פֿאָרקומען דעם 10טן און 11טן מײַ.

באַיאָן, אַ אַלטע שטאָט אינעם דרום-מערבֿדיקן ראַיאָן פֿון פֿראַנקרײַך, איז באַרימט מיט אירע געשמאַקע שאָקאָלאַד-פּראָדוקטן, וועלכע ווערן פּראָדוצירט שוין במשך פֿון איבער 500 יאָר. יעדן פֿרילינג פֿירט מען דאָרטן דורך יערלעכע שאָקאָלאַד-אונטערנעמונגען.

זשאַן-מישעל באַראַט, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער באַיאָנער שאָקאָלאַד-פֿירמע „דאַראַנאַץ‟, דער גרינדער פֿון דער הײַנטצײַטיקער „גילדיע פֿון שאָקאָלאַד-פּראָדוצירער‟ און אַ פֿירער פֿון דער „שאָקאָלאַד-אַקאַדעמיע‟, האָט געמאָלדן, אַז צוליב דעם, וואָס זײַן אינדוסטריע האָט געירשנט די אַמאָליקע ייִדישע טראַדיציעס, מוז מען זיי באַדאַנקען און דערמאָנען דעם וויכטיקן היסטאָרישן פֿאַקט: נאָכדעם, ווי די ייִדן האָבן געבראַכט דעם דאָזיקן מאכל קיין פֿראַנקרײַך, האָבן די קריסטלעכע שאָקאָלאַד-מאַכער זיי צו ביסלעך אַרויסגעשטויסן, במשך פֿונעם 17טן יאָרהונדערט, פֿונעם זעלבן געשעפֿט, וועלכן די פֿראַנצויזן האָבן זיך פֿון זיי אויסגעלערנט.

אינעם 16סטן יאָרהונדערט האָבן אַ סך פּאָרטוגאַלישע ייִדן זיך באַזעצט אין באַיאָן, אַנטלויפֿנדיק פֿון דער אינקוויזיציע. באַלד האָבן זיי געעפֿנט די ערשטע שאָקאָלאַד-פֿאַבריקן אינעם לאַנד. די אָרטיקע תּושבֿים האָבן איבערגענומען די חכמה פֿון שאָקאָלאַד-מאַכערײַ און זי פֿאַרשפּרייט. שפּעטער האָט מען פֿאַרגעסן, אַז די ספֿרדישע ייִדן האָבן פֿאַקטיש פֿאַרוואַנדלט באַיאָן אין דער „קרוינשטאָט‟ פֿונעם פֿראַנצויזישן שאָקאָלאַד.

די קאָנפֿערענץ וועגן די ספֿרדישע ייִדן און שאָקאָלאַד וועט פֿאָרקומען דעם 10טן מײַ אין דער היסטאָרישער 176־יאָריקער באַיאָנער שיל. מישעל קאַן, די מחברין פֿונעם ראָמאַן „קאַקאַאָ‟ און אַ קענערין פֿון דער ייִדישער געשיכטע וועט אָנפֿירן מיט דער אונטערנעמונג. איר בוך דערציילט וועגן אַ ייִדישער משפּחה, וועלכע האָט געוווינט אין דער שטאָט מיט 300 יאָר צוריק און האָט געפּרוּווט צו פֿאַרטיידיקן אירע רעכט פֿון דער אַנטיסעמיטישער גילדיע, וועלכע האָט געוואָלט אַרויסוואַרפֿן די ייִדן פֿון דער שאָקאָלאַד-אינדוסטריע.

אינעם יאָר 1550, האָבן די אָרטיקע פֿירער דערלויבט די געשמדטע ייִדן זיך אַרײַנציִען אין באַיאָן ווי „נײַע קריסטן‟. אַ סך פֿון זיי האָבן שטילערהייט ווײַטער געהיט די ייִדישע טראַדיציעס; די אָרטיקע אַלטגעזעסענע קאַטויליקער האָבן זיך באַצויגן צו די ייִדישע אָנקומער מיט אַ חשד. ווען די אייראָפּעיִשע קאָלאָניסטן האָבן געבראַכט קאַקאַאָ צום ערשטן מאָל קיין שפּאַניע פֿונעם אַמעריקאַנער קאָנטינענט, איז עס נישט געווען פּאָפּולער צוליב דעם ביטערן טעם. קאַן גלייבט, אַז די ערשטע ייִדישע שאָקאָלאַד-מאַכער האָבן זיך באַטייליקט אין דער עקספּעדיציע פֿון ערנאַן קאָרטעס און האָבן זיך באַקענט מיטן סוד פֿון דעם, ווי אַזוי מע קאָן פֿאַרוואַנדלען די ביטערע קערנער אין זיסע מאכלים.