ידיעות אױף אײן פֿוס: מײַ 8

News Highlights: May 8

דער רוסישער מלוכה־סעקרעטאַר סערגיי לאַווראָוו (רעכטס) מיטן אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר דזשאָן קערי נאָך זייער באַגעגעניש אין מאָסקווע, דעם 7טן מײַ
Getty Images
דער רוסישער מלוכה־סעקרעטאַר סערגיי לאַווראָוו (רעכטס) מיטן אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר דזשאָן קערי נאָך זייער באַגעגעניש אין מאָסקווע, דעם 7טן מײַ

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published May 08, 2013, issue of May 24, 2013.

משה יעלון, פֿאַרטײדיקונגס־מיניסטער, צום „ירושלים־טאָג‟: אונדזער חובֿ איז צו פֿאַרטײדיקן די הױפּט־שטאָט און ממשיך זײַן צו בױען‟.

רבת־עמון. יאָרדאַנישער פּאַרלאַמענט פֿאָדערט פֿון דער רעגירונג אַרױסשיקן דעם ישׂראלדיקן אַמבאַסאַדאָר פֿון לאַנד און צוריקרופֿן פֿון ישׂראל דעם יאָרדאַנישן אַמבאַסאַדאָר.

רעגירונג. בנימין נתניהו: „כ’װעל זיך ניט אַרײַנמישן אין דעם בודזשעט־פּלאַן פֿון דעם פֿינאַנץ־מיניסטעריום, חוץ פֿונעם בודזשעט פֿון דעם פֿאַרטײדיקונגס־מיניסטעריום‟. דערװײַל די פּרײַזן אױף אַלקאָהאָל, טאַבאַק און סיגאַרעטן װערן געהעכערט אױף 10%, און דאָס װעט אַרײַנברענגען אין דער מלוכה־קאַסע 800 מיליאָן שקלים אַ יאָר. פֿון יוני אָן װערן אױך די פּרײַזן אױף עלעקטריע געהעכערט אױף 5%.

צה”ל האָט אַרעסטירט אין יהודה און שומרון 16 פּאַלעסטינער, פֿאַרדעכטיקט אין דער פֿײַנדלעכער אָדער טעראָריסטישער טעטיקײט קעגן ישׂראל.

לאָנדאָן. דער װעלט־באַרימטער פֿיזיקער סטיװען האָקינג האָט באַשלאָסן צו בויקאָטירן דעם יערלעכן פּרעזידענט־קאָנגרעס אין ירושלים, װעלכן עס אָרגאַניזירט שמעון פּערעס, און מיט דעם איז ער צוגעשטאַנען צו דערמיט חרם אױף ישׂראלדיקע אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס, װעלכן ס‘האָט איניציִיִרט דער „בריטישער ראַט לטובֿת פּאַלעסטינער אוניװערסיטעטן‟. דער פֿאָרזיצער פֿון דער פּרעזידענט־קאָנפֿערענץ, ישׂראל מײַמאָן: „סטיװען האָקינגס חרם איז ניט מער װי אַ ביליקע פּראָװאָקאַציע און אַ קעגנזאַץ צום דעמאָקראַטישן געשפּרעך‟.

דמשׂק. אין סיריע איז אָפּגעהאַקט געװאָרן די אינטערנעץ־פֿאַרבינדונג.

עזה. „כאַמאַס‟: „דער סירישער רעזשים דאַרף אָנצילן די ראַקעטן אױף ישׂראל און ניט אױף זײַן אײגן פֿאָלק‟. די „כאַמאַס‟־פּאָליצײ האָט צעטריבן אַן אַכזריותדיקע דעמאָנסטראַציע קעגן דער „ישׂראל־אַגרעסיע‟ אין סיריע.

ניגעריע. 55 דערהרגעטע בעתן טעראָריסטישן אַקט, דורכגעפֿירט פֿון אַן איסלאַמישער דזשיהאַד־גרופּירונג.

מאָסקווע. דזשאָן קערי און סערגײ לאַװראָװ, בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ: „רוסלאַנד און די פֿאַראײניקטע שטאַטן זײַנען געקומען צו אַ הסכּם צו אָרגאַניזירן סוף מײַ אַן אַרבעטס־קאָנפֿערענץ, וווּ ס‘וועלן ווערן באַהאַנדלט די מיטלען צו רעזאָלװירן דעם סירישן קאָנפֿליקט.”

טעהעראַן. איראַנישער אױסערן־מיניסטער צו באַשאַר אַסאַד: „מיר װעלן ניט דערלאָזן, אַז סיריע זאָל אַרײַנפֿאַלן אין ישׂראלדיקע הענט‟.

אַנקאַראַ. די מיליטאַריזירטע אָפּטײלונגען פֿון דער קורדישער ראַדיקאַלער אָרגאַניזאַציע „פּע. קע. קאַ‟ פֿאַרלאָזן די טעריטאָריע פֿון טערקײַ, נאָך צענדליקער יאָרן פֿון בלוטיקן קאַמף (אַריבער 40 טויזנט קרבנות פֿון בײדע זײַטן) פֿאַר אַן אײגענער נאַציאָנאַלער אױטאָנאָמיע.

ראַמאַלאַ. אין דער פּאַלעסטינער אױטאָנאָמיע (ראַמאַלאַ) איז אַנטדעקט געװאָרן אַן אונטערערדישע טעראָריסטישע גרופּע פֿון „כאַמאַס‟, װעלכע האָט געגרײט אַטענטאַטן קעגן ישׂראלדיקע מיליטערישע אָביעקטן און ציװילע בירגער.

יו־ען‟. אין סיריע זײַנען פֿאַרכאַפּט געװאָרן פֿיר אָבסערװירער פֿון דער „יו־ען‟. עס װײַזט אױס, אַז די „יו־ען‟ װעט פֿאַרלאָזן אײנעם פֿון אירע אָבסערװיר־פּונקטן אינעם ראַיאָן פֿון די אַכזריותדיקע שלאַכטן לעבן דער ישׂראלדיקער גרענעץ.

ירושלים. מופֿטי פֿון ירושלים, דער שײך מוכאַמעד כוסײן, איז אַרױסגערופֿן געװאָרן אין פּאָליצײ, מחמת אַ פֿאַרדאַכט, אַז ער גופֿא איז געװען דער איניציאַטאָר פֿון די ברוטאַלע אומאָרדענונגען אױפֿן „הר־הבית‟. אַבו מאַזען האָט גלײַך פֿאַראורטײלט „די פּראָװאָקאַטיװע אױפֿפֿירונג פֿון ישׂראל לגבי דער פֿרײַהײט פֿון גלױבן‟. אַבו מאַזען האָט אָבער ניט דערקלערט, װאָס פֿאַר אַ שײַכות צו דער „פֿרײהײט פֿון גלױבן‟ האָט דאָס װאַרפֿן שטײנער אין פּאָליצײ און אין טוריסטן.