לכּבֿוד יעווגעני קיסין

Tribute to Evgeny Kissin

יעווגעני קיסין אויף דער בינע פֿון דעם ייִוואָ
V. Orlov
יעווגעני קיסין אויף דער בינע פֿון דעם ייִוואָ

פֿון באָריס סאַנדלער

Published May 08, 2013, issue of May 24, 2013.
  • דרוקט אָפּ
  • Share טיילט זיך

נעכטן, דעם 8טן מײַ, האָט דער ייִוואָ דורכגעפֿירט זײַן 12טע יערלעכע ירושה־פֿײַערונג, אויף וועלכער עס איז באַערט געוואָרן דער וועלט־באַרימטער פּיאַניסט יעווגעני קיסין.

אונדזערע לייענער קענען דעם נאָמען נישט בלויז פֿון די קאָנצערט־אַפֿישן, נאָר אויך פֿון זײַנע אינטערוויוען פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟, זײַן טעטיקייט לטובֿת דער צײַטונג און אַוודאי פֿון די צוויי קאָמפּאַקטלעך, „אויף די קלאַווישן פֿון ייִדישער פּאָעזיע‟, אויף וועלכע קיסין רעציטירט די בעסטע מוסטערן פֿון אונדזער פּאָעטישער ירושה. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס צוטיילן דעם בכּבֿודיקן טיטל דווקא אַזאַ פּערזענלעכקייט, ווי קיסין, אין וועלכן דאָס „פּינטעלע ייִד‟ און דאָס „פּינטעלע זשעני‟ גיסן זיך אָרגאַניש צונויף, ליגט אין די יסודות פֿון אַזאַ אינסטיטוציע, ווי ייִוואָ — אַליין אַן אוניקאַלע דערשײַנונג אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק.

אין זײַן אַרײַנפֿיר־וואָרט צום פֿײַערלעכן טייל פֿונעם אָוונט האָט דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון ייִוואָ, דזשאָנאַטאַן ברענט, באַטאָנט די וויכטיקע ראָלע פֿון די אַזוי גערופֿענע „רוסישע ייִדן‟ אין דער געשיכטע פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדנטום; זיי האָבן אַ סך בײַגעטראָגן אין פֿאַרשידענע תּחומים פֿון דער אַמעריקאַנער עקזיסטענץ. דער ייִוואָ, ווי אַ מקום־מיקלט פֿון דעם גײַסטיקן עזבֿון פֿון דער אַשכּנזישער עדה, האָט גענוג גענאָסן און גייט אָן ווײַטער זיך אָנצושפּאַרן אין זײַן טעטיקייט אויף דער הילף און שטיצע פֿון די נײַע „רוסישע‟ אימיגראַנטן. צו אַזעלכע פּערזאָנען געהערט דער געשעפֿטסמאַן לעאָנאַרד בלאַוואַטניק, אַ געבוירענער אין רוסלאַנד און געקומען קיין אַמעריקע אין די סוף 1970ער. באַקאַנט צוליב זײַן ברייטהאַרציקער וווילטעטיקייט, האָט ער, צוזאַמען מיט לאָרענס סאַמערס געשטיצט די דאָזיקע יערלעכע אונטערנעמונג.

דער נאָבעל־לאַורעאַט אלי וויזעל, וואָס איז גוט באַקאַנט איבער דער וועלט צוליב זײַנע מעשׂים־טובֿים לטובֿת די סאָוועטישע ייִדן, האָט אין זײַן קורצער הקדמה, אַרויסגעבראַכט די גרויסע העלדישקייט פֿון די „ייִדן פֿון שווײַגעניש‟, אין זייער קאַמף פֿאַר מענטשן־רעכט און פֿאַר פֿרײַער עמיגראַציע. די השפּעה פֿון יענעם דור סאָוועטישע ייִדן האָט בלי־ספֿק געפֿילט דעמאָלט אויף זיך דער יונגער יעווגעני קיסין.

זײַן אויפֿטריט האָט קיסין אָנגעהויבן מיטן מוזיקאַלישן ווערק „פֿאַרן אָפּשייד‟ פֿונעם קאַמפּאָזיטאָר ב. מילנער. ווי דער פּיאַניסט האָט עס אַליין באַטאָנט, שפּילט ער צום ערשטן מאָל אין זײַן קאָנצערט־קאַריערע אַ „ייִדיש שטיקעלע‟. דער צווייטער טייל האָט ער געווידמעט דער ייִדישער פּאָעזיע — אַ קראַנץ לידער, וווּ עס ווערט באַזונגען די ייִדישע שפּראַך.

מיט אַ טאָג פֿריִער, בײַ אונדזער עלעקטראָנישן בריוון־אויסטויש, האָט מיר יעווגעני מיטגעטיילט, אַז נאָך זײַן סאָלאָ־קאָנצערט אין קאַרנעגי־האָל, האָט ער געכאַפּט אַ פֿאַרקילעכץ. זײַן פֿאַרלעגטקייט האָט זיך באַלד געפֿילט בײַ אונדזערע ערשטע ווערטער אין ייִוואָ. דעריבער האָב איך געוואַרט אויף זײַן אויפֿטריט מיט אַ ציטער. דערצו, ווייס איך, אַז בכלל איז דער אָרטיקער עולם נישט געוווינט צו אַזאַ מין קונסט־זשאַנער, ווי פּאָעזיע־רעציטאַציע. אין רוסלאַנד פֿלעגן אַזעלכע פּאָעטישע אָוונטן צונויפֿזאַמלען הונדערטער, טויזנטער אָנהענגער פֿון פּאָעטישן וואָרט; און צומאָל אַפֿילו גאַנצע סטאַדיאָנען.

מיר האָט אָפּגעגליקט, איך האָב נאָך פֿאַרכאַפּט די לעצטע, געציילטע פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדישע רעציטאַטאָרן — הערץ גראָסבאַרד, דוד ראָגאָוו, מיכאל בן־אַבֿרהם.

אַוודאי, האָט דער עולם מער אַרויסגעקוקט אויף זײַן מוזיקאַלישן אויפֿטריט, אָבער ווען ער האָט אָנגעהויבן צו דעקלאַמירן די ייִדישע פּאָעטן, איז דער זאַל געזעסן פֿאַרכּישופֿט — סײַ פֿון דעם ווי אַרטיסטיש ער טוט עס און סײַ פֿון דעם פֿאַקט אַליין, אַז אַ יונגער מענטש, דערצויגן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, נעמט זיך אָן מיט תּשוקה, באַהערשט די שפּראַך און פֿאַרטיפֿט זיך מיט לײַב־און־לעבן אין די ייִדישע פּאָעטישע עשירות. אפֿשר איז עס אויך אַ באַווײַז, אַז מע דאַרף נישט מורא האָבן, אַז דער עולם וועט „נישט פֿאַרשטיין‟, „נישט אויפֿנעמען‟, „נישט אָנערקענען‟… פֿאַרשטייט זיך, איז צוניץ געקומען, וואָס אויפֿן עקראַן האָט מען געקאָנט זען אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון יעדן ליד; און מסתּמא, האָט ס‘רובֿ פֿונעם עולם אין זאַל זיך צו דעם צוגעקוקט. איז וואָס זשע? זאָל מען לערנען, אויב נישט מאַמע־לשון, איז באָבע־לשון; סוף־כּל־סוף, איז עס דאָך אונדזער לשון. אַגבֿ, דאָס לעצטע ליד אין דעם אָוונט, געשאַפֿן פֿון קיסין גופֿא, האָט ער טאַקע אַזוי אָנגערופֿן „באָבע־לשון‟.

אַ האַרציקער יישר־כּוח קומט דער אַדמיניסטראַציע און די אַפּוטרופּסים פֿון ייִוואָ פֿאַרן צוגרייטן אַזאַ שיינע און אינהאַלטלעך־רײַכע יערלעכע ירושה־פֿײַערונג; און ס‘האָט אַוודאי זיך געפֿרייט דאָס אויג, וואָס צווישן דעם פֿול־געפּאַקטן זאַל האָבן אַרויסגעקוקט אַ סך יונגע אָפֿענע פּנימער. עס מאַכט אַ גוטן אײַנדרוק און לאָזט איבער אַ האָפֿענונג, אַז די אַלטע אוניקאַלע ייִדישע אינסטיטוציע, דער ייִוואָ, אין ניו־יאָרק האָט אַ המשך.


The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.





Would you like to receive updates about new stories?




















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.