חב״דניקעס מיט אַ מאָדישן חוש

Chabad Men With Fashion Sense

הרבֿ יוסף טיפֿנברון
David Nyanzi
הרבֿ יוסף טיפֿנברון

פֿון גיל שעפֿלער (ייִט״אַ)

Published May 09, 2013, issue of June 07, 2013.
הרבֿ דבֿי שײַנער און זײַן פֿרוי, אסתּי
Astor and Black Blog
הרבֿ דבֿי שײַנער און זײַן פֿרוי, אסתּי

יאָסל טיפֿנברון, אַ 23־יאָריקער חב״ד־רבֿ, וועלכער לערנט זיך אויף שנײַדערײַ אין לאָנדאָן, האָט לעצטנס געמאַכט אַ שטיקל סענסאַציע, ווען ער איז געפֿאָרן צו די יערלעכע „אָסקאַרס‟ פֿון שנײַדערײַ — די „גאָלדענע שער‟־פּרעמיע — טראָגנדיק אַן אַנטיקוואַרע מאַרינאַרקע מיט גאָלדענע קנעפּלעך, אַ שניפּס און אַ פּאַסנדיק, האַנט־געמאַכט היטל און קעשענע־טיכל.

באַלד ווי ניק קאַרוועל, דער מאָדע־רעדאַקטאָר בײַ דער בריטישער בײַלאַגע פֿון Gentlemen‘s Quarterly, האָט דערזען טיפֿנברון יענעם אָוונט, האָט ער אַראָפּגעכאַפּט זײַן בילד און עס דעם צווייטן טאָג געשטעלט אויף דער וועבזײַט פֿונעם זשורנאַל, באַצייכענענדיק טיפֿנברון ווי „דער צום־בעסטן געקליידטער‟ אויף דער אונטערנעמונג. במשך פֿון די ווײַטערדיקע פּאָר טעג האָט מען שוין געזען די פֿאָטאָגראַפֿיע פֿונעם חסידישן רבֿ און זײַן מאָדישן גאַרדעראָב אין די ייִדישע צײַטונגען איבער דער וועלט.

„דאָס האָט אַ וויכטיקן באַטײַט,‟ האָט טיפֿנברון געזאָגט דער ייִט״אַ. „ס׳ווײַזט, אַז אַ מענטש קען זײַן פֿרום און אויך הצלחהדיק אין דער נישט־רעליגיעזער וועלט.‟

חסידישע מאַנסבילן זענען שוין באַקאַנט פֿאַר אָפּוואַרפֿן די סטאַנדאַרטן פֿון הײַנטצײַטיקער קליידונג, טראָגנדיק בלויז די מלבושים פֿונעם 18טן יאָרהונדערט אין מיזרח־אייראָפּע — אַ ווײַס העמד, און שוואַרצע הויזן, הוט און קאַפּאָטע. די אוניפֿאָרם רעפּרעזענטירט בײַ זיי צניעות און פֿרומקייט.

במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר האָבן געוויסע חרדישע פֿרויען אָנגעהויבן טראָגן קליידער, וואָס שטימען נישט מיט די סטאַנדאַרטע חסידישע תּקנות פֿון צניעות, און איצט האָבן געוויסע מענער בײַ חב״ד אָנגעהויבן טאָן דאָס זעלבע.

פֿאַראַיאָרן זענען הרבֿ דבֿי שײַנער און זײַן פֿרוי, אסתּי, אַ חב״ד־פּאָרפֿאָלק, וועלכע פֿירן אָן מיט דער „סאָהאָ־סינאַגאָגע‟ אין מאַנהעטן, באַצייכנט געוואָרן ווי צוויי פֿון די 50 צום בעסטן געקליידטע ניו־יאָרקער, לויט דער מאָדע־נײַעס־וועבזײַט Stylecaster. דער 39־יאָריקער רבֿ האָט פּאָזירט פֿאַר זיי, טראָגנדיק אַ מאָדישן גראָען אָנצוג און גומע־שיך אָן בענדלעך.

אין דער זעלבער צײַט האָט מענדי סאַטשאָ — אַ דרום־אַפֿריקאַנער קליידער־דיזײַנער אין ניו־יאָרק, אַרויסגערופֿן אויפֿמערק בײַ דער אַלגעמיינער מעדיאַ צוליב זײַן אינאָוואַטיווער אויסטײַטשונג פֿון קאַפּאָטעס. ער נייט זיי ענגער צוגעשניטן צום גוף, און באַגלייט מיט קאָלירטע אונטערשלעק.

„ווען דער רבי איז געווען יונג האָט ער זיך אויך שיין געקליידט,‟ האָט סאַטשאָ באַמערקט, פֿאַררופֿנדיק זיך אויפֿן פֿאַרשטאָרבענעם חב״ד־רבי, מנחם־מענדל שניאורסאָן. לויט די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון שניאורסאָן אין פֿראַנקרײַך אין די 1950ער יאָרן, זענען זײַנע מלבושים טאַקע געווען מער מאָדיש ווי די קאָנסערוואַטיווע קליידער, וואָס ער האָט שפּעטער געטראָגן ווי דער פֿירער פֿון חב״ד.

טיפֿנברון זאָגט, אַז זײַן טראָגן מאָדישע קליידער איז נישט קיין סימן פֿון אַ נײַער מאָדע בײַ חב״ד. „ס׳איז נישט קיין חב״ד־באַשלוס, נאָר מײַן אייגענער,‟ האָט ער דערקלערט. „כ׳האָב פּשוט ליב קונסט, און שיינע קליידער.‟

סאַטשאָ האַלט אָבער, אַז די חב״ד־יוגנט איז יאָ פֿאַראינטערעסירט אין טראָגן מאָדישע קליידער, אַפֿילו אויב זייערע עלטערן דערלאָזן עס נישט. „אַלע מײַנע קליענטן זענען ייִנגער — האָט ער געזאָגט — און זיי רעפּרעזענטירן די צוקונפֿט.‟