קאַווקאַזישע וואָרצלען?

Caucasus Roots?

ערן אלחייק
ערן אלחייק

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 09, 2013, issue of June 07, 2013.

אינעם פֿאָריקן נומער פֿונעם ענגלישן „פֿאָרווערטס‟, פֿאַרן 10טן מײַ, איז אַרויס ריטאַ רובינס אַרטיקל וועגן אַ געוויסן גענעטיקער, דר׳ ערן אלחייק, וועלכער האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל, לויט וועלכן די הײַנטיקע אַשכּנזישע ייִדן שטאַמען, מעגלעך, בערך אויף אַ דריטל פֿונעם קאַווקאַזישן ראַיאָן. אלחייק האָט אַרויסגעזאָגט אַ השערה, אַז די מיסטעריעזע גענעטישע ענלעכקייט צווישן ייִדן און קאַווקאַזישע פֿעלקער קומט פֿון די כאַזאַרישע גרים.

אלחייק איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין ישׂראל. הײַנט אַרבעט ער בײַם „אינסטיטוט פֿון דזשאָן האָפּקינס‟ אין באָלטימאָר און ספּעציאַליזירט זיך אין באַפֿעלקערונג-גענעטיק. זײַן פֿאָרשונג האָט אַרויסגערופֿן אַ גאַנצע כוואַליע היפּוכדיקע רעאַקציעס אין דער וועלט. אַ טייל ייִדן האָבן אים באַשולדיקט אין „אָפּלייקענען, אַז ייִדן זענען איין ראַסע‟. דאָס איז בעצם אַן אויסטערלישע טענה, ווײַל געוויינטלעך ווילן בלויז אַנטיסעמיטן באַווײַזן, אַז ייִדן זענען אַ מאָנאָליטיש פֿאָלק. יעדער, וואָס האָט אַמאָל געזען אַ גרוזינישן, תּימנער און עטיאָפּישן ייִד ווייסט, אַז ס׳איז אַ נאַרישע טענה; שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, אַז אין דער הײַנטיקער וועלט שטאַמען מיליאָנען ייִדן פֿון געמישטע משפּחות.

זשאַן-לעאָן זשעראָמס געמעל פֿון אַ טשערקעסער קראַסאַוויצע פֿון קאַווקאַז
זשאַן-לעאָן זשעראָמס געמעל פֿון אַ טשערקעסער קראַסאַוויצע פֿון קאַווקאַז

די אַנדערע טענות האָבן אַ פּאָליטישן כאַראַקטער. אַ טייל ציוניסטישע קריטיקער האָט באַשלודיקט אלחייקן אין אומפּאַטריאָטישע געדאַנקען. לויט זייער דעה, מוזן די הײַנטיקע ייִדן שטאַמען גלײַך פֿון די תּנ״כישע. דאָס איז אויך אַ מאָדנע טענה, ווײַל אינעם תּנ״ך גופֿא טרעפֿן זיך אַלע מינים פֿאַרבינדונגען צווישן ייִדן און אַנדערע פֿעלקער: יהודה, פֿון וועלכן עס נעמט זיך דאָס עצם-וואָרט „אַ ייִד‟, האָט חתונה געהאַט מיט אַ כּנענישער — אַ שוואַרצער, לויט די קלאַסישע מפֿרשים — פֿרוי; משה רבינו האָט חתונה געהאַט מיט אַן עטיאָפּקע; וועגן שלמה המלכס האַרעם איז בכלל נישטאָ וואָס צו רעדן.

אַ טייל פּראָ־פּאַלעסטינער אַקטיוויסטן האָבן, פֿון זייער זײַט, פֿאַרשפּרייט די ידיעה, אַז „אַ פֿירנדיקער חשובֿער וויסנשאַפֿטלער האָט ענדגילטיק באַוויזן, אַז ייִדן שטאַמען פֿון כאַזאַרן‟. אין דער אמתן, האָט אלחייק אַרויסגעזאָגט פּונקט אַ פֿאַרקערטע השערה, אַז ייִדן שטאַמען טיילווײַז פֿונעם מיטל-מיזרח און אויף אַ גרויסן טייל — פֿון אַלע סאָרטן פֿעלקער, וועלכע זיי האָבן געטראָפֿן במשך פֿונעם לאַנגן גלות — אַרײַנגערעכנט, מעגלעך, די תּושבֿים פֿון דער אַמאָליקער כאַזאַריע. און דערצו, אויב עמעצער וועט זיך אָנהייבן גריבלען אין דער פּאַלעסטינער גענעטיק, וועט ער זיכער געפֿינען דאָרטן פּערסן, בערבערן און ייִדן אויך.

ריטאַ רובין דערמאָנט האַרי אָסטרערס בוך וועגן דער „ייִדישער ירושה‟ און דערקלערט, אַז יעדער ווייסט דאָך שוין, אַז „ייִדן, בפֿרט די אַשכּנזישע, זענען זיכער איין פֿאָלק, פֿונעם זעלבן עטנישן און ראַסע-אָפּשטאַם‟. דער מחבר פֿון די שורות האָט זיך אַמאָל פֿאַרחידושט, דערזעענדיק אין רוסלאַנד אַ שוואַרץ־הויטיקן ליובאַוויטשער חסיד. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז זײַן מאַמע, אַ ברענענדיקע „קאָמיוג‟-טוערין, האָט חתונה געהאַט דווקא מיט אַן אַפֿריקאַנער סטודענט, כּדי צו ווײַזן דער גאָרער וועלט, אַז די סאָוועטישע פֿרויען זענען נישט קיין ראַסיסטקעס. ממילא, רעפּרעזענטירט איר פֿרומער זון טאַקע אַ לעבעדיקן מוסטער פֿון אַ ייִד, וועלכער לייגט זיך בשום-אופֿן נישט אַרײַן אין דער דערמאָנטער ראַסע-סכעמע.

אלחייק גייט אָבער ווײַטער און באַשולדיקט אַ צאָל אַנדערע ייִדישע געטעניקער אין פֿאַלסיפֿיקאַציעס. ער טענהט, אַז אין אַ צאָל שטודיעס האָט מען בכּיוון אויסגעקליבן אַזעלכע מענטשן און אַזעלכע חשבונות, וואָס שטיצן דעם געדאַנק פֿון ייִדישע מאָנאָליטישע וואָרצלען. ער האָט איבערגעגעבן דעם „ענגלישן פֿאָרווערטס‟, אַז אָסטרער האָט זיך אים אָפּגעזאָגט צו אַנטפּלעקן די פֿולע אינפֿאָרמאַציע פֿון זײַנע שטודיעס און בפֿירוש געמאָלדן, אַז גענעטישע פֿאָרשונגען „טאָרן נישט באַליידיקן דאָס ייִדישע פֿאָלק‟; באַקומט זיך, אַז געוויסע מחברים וואַרפֿן אָפּ אַזעלכע פֿאָרשונגען, וואָס קומען אין סתּירה מיט זייערע, פֿון אָנהייב באַשטימטע, צוועקן.

דער היסטאָרישער חלק פֿון אַלחייקס פֿאָרשונג איז לעכערלעך און רופֿט אַרויס אַ צאָל פֿראַגעס. למשל, ער זאָגט, אַז אַשכּנזים באַטרעפֿן הײַנט איבער 90 פּראָצענט פֿון ייִדן; אין דער אמתן, איז די ציפֿער קלענער — אַרום 80 פּראָצענט. ער ברעגנט אַן אומגעוויינטלעכע ווערסיע פֿון מאַקס ווײַנרײַכס טעאָריע, לויט וועלכער די ערשטע ייִדן זענען אַנטלאָפֿן קיין דײַטשלאַנד פֿון ארץ-ישׂראל נאָך דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון איסלאַם. מע ווייסט אָבער, אַז די ייִדישע קהילות האָבן שוין עקזיסטירט אין פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד מיט הונדערטער יאָר פֿריִער.

די עיקר-פּראָבלעם באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס אלחייק פֿאַרגלײַכט ייִדן מיט אַרמענער און גרוזינער. לויט זײַן טעאָריע, מוזן די דאָזיקע פֿעלקער זײַן גענעטיש נאָענט צו די כאַזאַרן, ווײַל אַרמעניע און גרוזיע זענען אַמאָל געווען אַ טייל פֿונעם כאַזאַרישן קאַגאַנאַט. דאָס איז אָבער פּונקט אַזוי צווייפֿלהאַפֿטיק, ווי צו זאָגן, אַז די טשעראָקי-אינדיאַנער זענען גענעטיש נאָענט צו די „אַמעריקאַנער‟. דער כאַזאַרישער קאַגאַנאַט איז געווען אַ בונטע קאָנפֿעדעראַציע, וווּ עס האָבן געלעבט אַ סך פֿאַרשיידענע פֿעלקער. די פֿירנדיקע עליטע, וועלכע האָט זיך מגייר געווען, איז געווען אַ צענטראַל-אַזיאַטישער טורקישער שבֿט, וועלכער האָט געהערשט איבער די אַרמענער און אַנדערע פֿאַרשיידנאַרטיקע תּושבֿים פֿון זייער ריזיקער מלוכה.

אלחייק האָט דערקלערט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז זײַן שטודיע איז בלויז וועגן גענעטיק. „איך לאָז איבער אידעאָלאָגיע און געשיכטע פֿאַר די עקספּערטן אין די דאָזיקע געביטן‟. אַדרבה, ער האָט געזאָגט, אַז ער וויל נישט אַרויסרופֿן קיין אידעאָלאָגישע דעבאַטן. אין זײַן שטודיע פֿאַרגלײַכט ער פּשוט צוויי השערות: צי די אַשכּנזים שטאַמען גלײַך פֿון די תּנ״כישע ייִדן אָדער פֿון די כאַזאַרן? ס׳זעט אויס, לויט זײַן מיינונג, אַז די צווייטע היפּאָטעז לייגט זיך מער אויפֿן שׂכל, כאָטש די אמתע געשיכטע איז אַ סך קאָמפּליצירטער. אין דער ייִדישער גענעטיק זענען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע קאָמפּאָנענטן, וואָס שטאַמען פֿונעם קאַווקאַזישן ראַיאָן, מערבֿ-אייראָפּע, מיטל-מיזרח און מיזרח-אייראָפּע.

נישט געקוקט אויף צווייפֿלהאַפֿטיקע היסטאָרישע השערות, האָט דערווײַל קיינער נאָך נישט קריטיקירט אלחייקס עצם-געדאַנק וועגן אַ מעגלעכער פֿאַרבינדונג צווישן די ייִדן און קאַווקאַזער. פֿון וואַנען קומט אַזאַ פֿאַרבינדונג, אויב זײַנע חשבונות זענען טאַקע ריכטיק? לאָמיר באַטראַכטן אַ פּאָר אַנדערע מעגלעכע השערות, אַחוץ אלחייקס כאַזאַרן.

אַ סך גרוזינישע ייִדן זעען אויס פּונקט ווי נישט-ייִדישע גרוזינער. מסתּמא, שטאַמען זיי, אויף אַ גרויסער מאָס, טאַקע פֿון דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג. ביז לעצטנס האָבן זיי אָבער ווייניק קאָנטאַקטירט מיט די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן. די אַנדערע צענטראַל-אַזיאַטישע ייִדישע גרופּעס האָבן זיך אויך זעלטן געמישט מיט די אַשכּנזים פֿאַר דער סאָוועטישער תּקופֿה.

לויט דעם „שעכטערס בריוו‟ — איינער פֿון די איינציקע אָפּגעהיטע כאַזאַרישע דאָקומענטן — איז די ייִדישע רעליגיע אַמאָל געווען פּאָפּולער צווישן די אַלאַנען, די אָבֿות פֿון די הײַנטיקע אָסעטינער.

די באַקאַנטע מעשׂה פֿון בוסתּנאַי בן חנינאַי דערציילט, ווי אַ בבֿלישער ראָש-הגולה און תּלמיד־חכם — האָט חתונה געהאַט מיט דער אָרטיקער פּרינצעסין. דער כאַליף אַלי — דער ערשטער שיִיִטישער אימאַם — איז געווען זייער שדכן. מיט אַ דערלויבניש פֿונעם קיניג, האָט בוסתּנאַי געטובֿלט זײַן כּלה אין מיקווה — און פֿאַרטיק.

די ראַדאָניטן — אַמאָליקע ייִדישע סוחרים — זענען אויסגעווען די גאַנצע וועלט, בעת זייערע נסיעות איבערן „גרויסן זאַמד-וועג‟. ווער ווייסט, וויפֿל פֿרויען האָבן זיי מיטגעבראַכט קיין אייראָפּע — מעגלעך, טאַקע פֿון קאַווקאַז?

בקיצור, צי אלחייקס חשבונות זענען ריכטיק — וועלן באַשליסן די עקספּערטן. ס׳איז אָבער נישט קלאָר, פֿאַרוואָס געוויסע מענטשן שרעקן זיך פֿון אַזעלכע השערות? עס לייגט זיך דאָך אויפֿן שׂכל, אַז נישט ווייניק ייִדן, במשך פֿון טויזנטער יאָר, האָבן געוווּסט אַ טאָלק אין ליבע — בפֿרט ווען אַ סך קאַווקאַזישע פֿרויען זענען טאַקע שיין.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.