מאַרקעס מיט „לײַכטע פֿערד‟

Light Horse Stamps

די נײַע אויסטראַליש-ישׂראלדיקע מאַרקעס
די נײַע אויסטראַליש-ישׂראלדיקע מאַרקעס

פֿון ייִט״אַ

Published May 10, 2013, issue of June 07, 2013.

סידני, אויסטראַליע. — ישׂראל און אויסטראַליע האָבן אַרויסגעגעבן בשותּפֿות פּאָסט-מאַרקעס אין אָנדענק פֿון די אויסטראַלישע בריגאַדעס „לײַכטע פֿערד‟, וועלכע האָט געהאָלפֿן דער בריטישער אימפּעריע צו געווינען אין דער מלחמה מיט דער אָסמאַנישער אימפּעריע בעת דער שלאַכט אין באר-שבֿע, אינעם יאָר 1917.

פֿרײַטיק, דעם 10טן מײַ, האָט דער ביוראָ פֿונעם אויסטראַלישער מיניסטער פֿון קאָמוניקאַציע, סטיווען קאָנרוי, אָפֿיציעל אַרויסגעגעבן די מאַרקעס, כּדי אָפּצומערקן די פֿרײַנדלעכע באַציִונג צווישן אויסטראַליע און ישׂראל. דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין אויסטראַליע, יובֿל רותם, האָט באַמערקט, אַז די פֿרײַנדשאַפֿט צווישן די אויסטראַלישע סאָלדאַטן און די ייִדישע קאָלאָניסטן אין פּאַלעסטינע האָט זיך אָנגעהויבן גלײַך נאָך דער דאָזיקער שלאַכט אין באר-שבֿע, וועלכע איז געשען אינעם יאָר 1917.

רותם האָט געמאָלדן, אַז נישט געקוקט אויף דער גרויסער געאָגראַפֿישער דיסטאַנץ צווישן די צוויי לענדער, גלייבן זיי ביידע אין די זעלבע ווערטן. דער אַמבאַסאַדאָר האָט צוגעגעבן, אַז „ער שטאָלצירט מיט דעם, וואָס די צוויי לענדער האָבן דערגרייכט צוזאַמען‟.

בעת דער מלחמה, האָט אַ קליינע צאָל אויסטראַלישע סאָלדאַטן באַזיגט אַ גרויסע טערקישע אַרמיי, און איבערגענומען באר-שבֿע, עפֿענענדיק דעם וועג צו ירושלים. איין פּאָסט-מאַרקע ווײַזט אַ סטאַטוע פֿון אַן אויסטראַלישן מיליטער-מאַן פֿון די „לײַכטע פֿערד‟, וועלכע שטייט אין באר-שבֿע אינעם „פּאַרק פֿונעם אויסטראַלישן סאָלדאַט‟, געשאַפֿן דורך דער „פּראַט-פֿונדאַציע‟. אויף די אַנדערע מאַרקעס ווערן געוויזן הײַנטצײַטיקע „לײַכטע פֿערד‟.

דער פֿאַרוואַלטונג-דירעקטאָר פֿון דער צײַטונג „אויסטראַליע-פּאָסט‟, אַכמעד פֿאַכור, האָט באַמערקט, אַז די שלאַכט אין באר-שבֿע איז „נאָענט צו די הערצער פֿון סײַ ישׂראלים, סײַ אויסטראַליער‟, דערפֿאַר האָט דער מיניסטעריום באַשלאָסן אַרויסצוגעבן אַזעלכע מאַרקעס.

דעם זעלבן טאָג, על-פּי-צופֿאַל, איז אין מעלבורן פֿאָרגעקומען די „וועלט-אויסשטעלונג פֿון פּאָסט-מאַרקעס‟. אין דער מיניסטעריום-צערעמאָניע האָט זיך אויך באַטייליקט מאַקס שטערן, דער אָפֿיציעלער פֿאָרשטייער פֿון דער ישׂראלדיקער פֿילאַטעלישער אינסטאַנץ אין אויסטראַליע. אַ וואָרטזאָגער פֿון דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין קאַנבערע האָט צוגעגעבן, אַז פּונקט מיט 68 יאָר צוריק, דעם זעלבן טאָג, איז שטערן באַפֿרײַט געוואָרן פֿונעם דײַטשישן קאָנצענטראַציע־לאַגער זאַכסענהאַוזען; דאָס האָט אַרײַנגעבראַכט אַ באַזונדער־רירנדיקע שטימונג אין דער אונטערנעמונג.