סענסיטיוו צו קינדער מיט אַ מום

Reaching Out to Disabled Children

אַ קינד אין „קעמפּ חזק‟ — אַ וואָך־לאַנגער זומער־לאַגער פֿאַר קינדער מיט „אַספּערגערס‟, אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג
אַ קינד אין „קעמפּ חזק‟ — אַ וואָך־לאַנגער זומער־לאַגער פֿאַר קינדער מיט „אַספּערגערס‟, אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published May 13, 2013, issue of June 07, 2013.

די קעמפּערס און פּערסאָנאַל האָבן ערשט געעענדיקט זייער מיטאָג אינעם עסזאַל, און — ווי אין אַ סך זומער־לאַגערן — האָט מען אָנגעהויבן הויך אויף אַ קול צו זינגען אַ באַקאַנט קעמפּ־ליד. פּלוצלינג האָבן עטלעכע פֿון די קעמפּערס זיך אָפּגעריסן פֿון זייערע ערטער און צוגעלאָפֿן צו אַנדערע טישן, וווּ מע האָט זיי אויפֿגענומען מיט אַ וואַרעמען שמייכל און פֿאַרבעטן זיך דאָרט אַוועקזעצן.

דאָס זענען נישט געווען קיין געוויינטלעכע קעמפּערס, נאָר קינדער וואָס לײַדן פֿון „אַספּערגערס‟ — אַ גײַסטיקע קראַנקייט, וווּ די הויפּט־סימפּטאָמען זענען אַ שוועריקייט בײַם פֿאַרשטיין סאָציאַלע רמזים און האָבן ווייניק אינטערעס בײַם אָנקניפּן באַציִונגען מיט אַנדערע מענטשן. די סיבה פֿאַר וואָס די קעמפּערס זענען געלאָפֿן צו אַ צווייטן טיש איז, ווײַל זיי האָבן געוואָלט זינגען די לידער, זיצנדיק לעבן זייערע באַליבטסטע מדריכים.

דזשערעמי פֿינגערמאַן, דער שעף פֿון דער „פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישע קעמפּס‟, וועלכער איז פּונקט דעמאָלט געווען אַ גאַסט אין „קאָץ־קעמפּ‟ — אַ זומער־לאַגער פֿאַר יונגע לײַט פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג — האַלט, אַז דאָס איז אַ וויכטיקער טראָט פֿאַרויס אין דער ייִדישער קהילה.

„מיר האַלטן, אַז אַלע ייִדישע קינדער, אַרײַנגערעכנט די וועלכע לײַדן פֿון אַ מום, האָבן אַ רעכט צו פֿאַרברענגען אין אַ ייִדישן זומער־לאַגער, בפֿרט ווען די ייִדישע קהילה אין אַלגעמיין האָט ביז איצט נישט געפֿונען קיין אָרט פֿאַר זיי,‟ האָט פֿינגערמאַן דערקלערט, בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟.

אַן ענלעכע סצענע האָט פֿינגערמאַן געזען אין „קעמפּ שׂימחה‟ — אַ כּשרער זומער־לאַגער פֿאַר קינדער וואָס לײַדן פֿון ראַק, צוקער־קרערק און אַנדערע ערנסטע בלוט־קראַנקייטן. „נישט געקוקט אויף דעם וואָס די קינדער זענען אין אַזאַ טרויעריקן מצבֿ, האָבן זיי געזונגען און געשמייכלט און אויסגעדריקט אַ ליבשאַפֿט פֿאַר ייִדישקייט, פּונקט ווי ייִדישע קעמפּערס אומעטום.‟

דאָס אַרײַנציִען קינדער מיט אַ מום אין די ייִדישע זומער־לאַגערן איז אַ טעמע, וואָס ווערט ערנסט באַהאַנדלט בײַ דער „פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישע קעמפּס‟, און טאַקע דערפֿאַר האָבן זיי לעטצנס דורכגעפֿירט אַן אַנקעטע פֿון 828 עלטערן, קעמפּערס, קעמפּ־דירעקטאָרן און אָנגעשטעלטע פֿון 124 זומער־לאַגערן איבערן לאַנד, אין שײַכות מיט דער פֿראַגע, צי טוען די לאַגערן גענוג אַרײַנצוציִען די קינדער מיט פּראָבלעמען?

די רעזולטאַטן פֿון דער אַנקעטע האָבן אָנגעוויזן, אַז די לאַגערן טוען דווקא מער פֿאַר די קינדער מיט ספּעציעלע באַדערפֿענישן, ווי מע האָט ביז איצט געמיינט. „פֿאַר דער שטודיע, האָבן מיר געשאַצט, אַז די ייִדישע לאַגערן באַדינען בערך 1,200 קינדער מיט אַ מום, אָבער די אַנקעטע האָט אָנגעוויזן, אַז אין דער אמתן, איז די צאָל נעענטער צו 2,500 קעמפּערס,‟ האָט פֿינגערמאַן געזאָגט.

עס זענען דאָ צוויי אופֿנים ווי אַזוי די ייִדישע זומער־לאַגערן באַדינען אַזוינע קינדער. „קעמפּ שׂימחה‟, וואָס ווערט געשטיצט פֿון דער אָרטאָדאָקסישער אָרגאַניזאַציע „אוהל‟, איז אַ לאַגער בלויז פֿאַר קראַנקע קינדער. דאָס אָרט געפֿינט זיך אויף אַ פֿלאַכער ערד, כּדי די רעדלשטולן זאָלן קענען גרינג געפֿירט ווערן, און דערצו זענען אַלע טרעפּ באַגלייט מיט רעמפּעס פֿאַר רעדלשטולן — אַפֿילו אין שווימבאַסיין.

אין אַנדערע לאַגערן, פֿאַרברענגען די קראַנקע צוזאַמען מיט „געזונטע‟ קעמפּערס. געוויינטלעך, שטעלט דער לאַגער אָן עטלעכע אַסיסטענטן, כּדי זיי צוצוהעלפֿן, טאָמער דאַרפֿן זיי אַן איבעריקע הילף, אָבער בדרך־כּלל, באַטייליקן זיי זיך אין די זעלבע אַקטיוויטעטן ווי די אַנדערע.

ס׳רובֿ פֿון די קינדער מיט אַ מום, וועלכע פֿאַרברענגען אין די זומער־לאַגערן, לײַדן פֿון „אַספּערגערס‟ און אַנדערע לײַכטע נעווראָלאָגישע שוועריקייטן. ווייניק לאַגערן קענען אַרײַננעמען קינדער מיט אַן ערנסטן פֿיזישן מום, ווי די וועלכע פֿאָרן אין רעדלשטולן, ווײַל ס׳רובֿ לאַגערן זענען נישט אויסגעשטאַט מיט ראַמפּעס און אַנדערע מיטלען, וואָס דערמעגלעכן די רעדלשטולן גרינג צו פֿאָרן.

לויט דער אַנקעטע, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז 36% פֿון די ייִדישע זומער־לאַגערן האָבן ספּעציעלע פּראָגראַמען פֿאַר קינדער מיט אַ מום, און 55% שטעלן אָן אַ טייל־צײַטיקן אָדער פֿול־צײַטיקן אַסיסטענט צו האַלטן אַן אויג אויף די קינדער מיט ספּעציעלע באַדערפֿענישן.

47% פֿון די עלטערן פֿון די קינדער מיט אַ מום האָבן געזאָגט, אַז די גרעסטע פּראָבלעם איז דווקא נישט דער דוחק פֿון ראַמפּעס, נאָר דער דוחק אין טרענירטע אַסיסטענטן, און אויך, אַוודאי, די זייער הויכע הוצאָות פֿון אַ שלאָפֿלאַגער.

ראַבינער אײַזאַק סיפּאָזניק, דער דירעקטאָר פֿונעם רעקאָנסטרוקציאָניסטישן זומער־לאַגער, Camp JRF, זאָגט, אַז דאָס אַרײַנציִען קינדער מיט „אַספּערגערס‟ איז נישט בלויז גוט פֿאַר זיי, נאָר אויך פֿאַר די אַנדערע קינדער, און ער האָט געגעבן ווי אַ בײַשפּיל דאָס ייִנגעלע דייוויד, וואָס לײַדט פֿון „אַספּערגערס‟.

„דייוויד האָט פֿאָרגעלייגט אָפּצוהאַלטן אַ רעדע פֿאַר די אַנדערע קעמפּערס וועגן זײַן איבערלעבונג צוליב דער קראַנקייט,‟ האָט סאַפּאָזניק געזאָגט. „מיר זענען געווען אַ ביסל באַאומרויִקט, ווי אַזוי ס‘וועט דורכגיין, אָבער ער האָט דווקא גוט גערעדט, זייער אָפֿנהאַרציק, און ס׳איז געווען אַזוי שטיל, אַז מע האָט געקאָנט הערן ווי אַ שפּילקע פֿאַלט.‟

נאָך דייווידס רעדע, האָבן די אַנדערע קעמפּערס, נײַגעריקע, אים געשטעלט פֿאַרשידענע פֿראַגעס אויף דער טעמע, און צום סוף — אים אַפּלאָדירט שטייענדיק און וואַרעם אַרומגענומען, האָט סאַפּאָזניק צוגעגעבן.

פֿאַר די קעמפּערס מיט אַ מום, קאָן די איבערלעבונג אין זומער־לאַגער שאַפֿן געלעגנהייטן, וואָס זיי וואָלטן אַנדערש נישט געהאַט. אין „קעמפּ דזשאָרדזש‟, למשל — אַ לאַגער אין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע — האָט יונגערמאַן מיט אַ רעדלשטול באמת דערגרייכט זײַן חלום: הײַנט אַרבעט ער דאָרט ווי אַ לערער פֿון טעניס.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.