דער „האָקינג־ענין‟

The Hawking Affair

סטיווען האָקינג
Getty Images
סטיווען האָקינג

פֿון עמיל קאַלין

Published May 13, 2013, issue of June 07, 2013.

סטיווען האָקינג שפּאַנט מיט דער צײַט. די חרם-פֿור איז פֿאַרבײַגעפֿאָרן, און ער האָט נישט פֿאַרזען די געלעגנהייט, אָן איבעריקע מחשבֿות, גלײַך אויף דער פֿור אַרויפֿגעשפּרונגען. אַז ער האָט זיך אַוועקגעזעצט אויף אַ בינטל שטרוי, האָט ער דערזען ווער זײַנע מיטפֿאָרער זענען: די לינקע עקסטרעמיסטן, אַנאַרכיסטן, פֿונדאַמענטאַליסטישע מוסולמענער, פֿאַרברענטע אַנטיסעמיטן — מיט איין וואָרט, אַ פֿײַנע קאָמפּאַניע.

איך ווייס נישט וואָסערע מחשבֿות זענען אַדורכגעלאָפֿן אין זײַן מוח, נאָר מיר, אויף זײַן אָרט, וואָלט פֿינצטער געוואָרן אין די אויגן. איך וואָלט געגעבן אַ טראַכט: אַז כ‘געפֿין זיך אין אַ געזעלשאַפֿט וואָס פּרעדיקט אַ שטרענגן מחשבֿות-טעראָר. וואָס זשע מיינט עס פֿאַר מיר?

איך פּערזענלעך, בין אַנטוישט אין ר’ האָקינג, אַ מענטש מיט גרויסע פֿיזישע שוועריקייטן און וואָס ס‘איז אים אויסגעקומען אויסצושטיין גענוג פֿון מענטשן מיט אַן אייבערפֿלעכלעכן צוגאַנג. ער האָט געוויס געהאַט געקעמפֿט מיט כּלערליי ווילדע פֿאָראורטיילן, שמאָל-קעפּיקייט, רשעות און פֿאַרשלאָסנקייט.

ישׂראל און ייִדן „געניסן‟ אָפֿטלעך פֿון דער זעלבער פֿאַרשטיינערטער און מיאוסער באַציִונג. איך האָב זיך נישט געריכט, אַז גראָד ער זאָל אַרויסגעבן אַזאַ האַרבן פּסק־חרם. נישט אומזיסט ווערט באַטראַכט דאָס אַרײַנלייגן אין חרם ווי איינער פֿון די האַרבסטע שטראָפֿן אין ייִדישקייט.

חרם איז אַ מסוכּנער וואָפֿן סײַ פֿאַרן באַשטראָפֿטן און סײַ פֿאַר דעם וואָס באַשטראָפֿט. חרם ברעכט בריקן, האַקט איבער מיינונגס-אויסטוישן און דערמיט דערמוטיקט געוואַלד.

ראשית-כּל, ליגט מער ווי אַ טראָפּן איראָניע אין דעם פֿאַקט וואָס פּראָפֿעסאָר האָקינג האָט צוגעשיקט דעם בויקאָט-בריוו דעם ישׂראל־פּרעזידענט שמעון פּערעס. עס איז, דאַכט זיך, נישטאָ קיין איין מענטש אין ישׂראל, אַחוץ שמעון פּערעס, וואָס זאָל אַזוי קעמפֿן און גלייבן אַזוי שטאַרק אין אַ נײַעם מיטל-מיזרח, וווּ עס וועט הערשן וויסן, עקאָנאָמישע פּראָספּעריטעט און וואָרט-פֿרײַהייט. דגראָד אים לייגט סטיווען האָקינג אַרײַן אין חרם.

צוריקגעשמועסט, וואָס איז דער ציל פֿון זײַן בויקאָט? די ישׂראלדיקע אַקאַדעמיע איז ממילא לינק־געשטימט אין אַ גרויסער מאָס. ער וויל בויקאָטירן די טויזנטער אַראַבישע סטודענטן? ער וויל בויקאָטירן די כּוחות אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט וואָס שטיצן שלום? ווײַזט אויס, אַז אין ביידע פֿאַלן איז דער ענטפֿער — „ניין‟.

וואָס זשע איז דער שׂכל?

מע קען אויפֿנעמען דעם בויקאָט ווי אַן אָנזאָג אויף דעם אונטערגאַנג פֿון דער בריטישער אינטעליגענץ. דער אונטערגאַנג פֿון דער בריטישער אינטעליגענץ האָט זיך נישט אָנגעהויבן נעכטן אָדער אייערנעכטן; מע קען ברענגען אַ ראַיה פֿון דער רשימה פֿון די לאַורעאַנטן פֿון „נאָבעל‟־פּרײַז; דאָס לעצטע מאָל וואָס אַ בריטישער פֿיזיקער האָט געוווּנען דעם בכּבֿודיקן פּרײַז איז געווען אין יאָר 1977; דעם „טיורינג‟־פּרײַז פֿון קאָמפּיוטערײַ-וויסנשאַפֿט האָבן געוווּנען זעקס בריטישע וויסנשאַפֿטלער, איין און פֿערציק אַמעריקאַנער און פֿינף ישׂראלים…

אין אַנדערע געביטן איז דער מצבֿ אַ קאַפּעלע בעסער און דאָך,פֿאַרשווינדן די בריטישע וויסנשאַפֿטלער אין דעם ים פֿון די אַמעריקאַנישע לאַורעאַנטן. פֿאַר אַ מדינה וואָס האָט אַזאַ לאַנגע און רײַכע טראַדיציע פֿון וויסנשאַפֿט, זעען אויס די רעזולטאַטן נעבעכדיק.

צוויי בריטישע אוניווערסיטעטן, קיימברידזש און אָקספֿאָרד שטייען נאָך אַלץ אין שפּיץ פֿון דער אַקאַדעמישער וועלט; טיילווײַז אַדאַנק זייער לאַנג-יאָריקער טראַדיציע. אָבער וואָס שייך די אַנדערע אוניווערסיטעטן — מע הערט נישט זיי זאָלן האָבן אויסערגעוויינטלעכע דערגרייכונגען; בײַ זיי קיניגט די מיטלמעסיקייט: די צאָל סטודענטן פֿאַלט, קורסן ווערן פֿאַרמאַכט.

אויב עס וועט אײַנגעפֿירט ווערן אַן אַקאַדעמישער בויקאָט קעגן ישׂראל, וועט ער זייער ווייניק ווירקן אויף דער ישׂראלדיקער וויסנשאַפֿט, ווײַל די שטאַרקסטע פֿאַרבינדונגען זענען מיט אַמעריקע און איצט אויך מיט אינדיע.

דער בויקאָט האָט איין אויפֿטו; ער דעקט אויף דאָס מיאוסע פּנים פֿון דער בריטישער אינטעליגענץ, וואָס אַנשטאָט צו רעדן, קענען, לערנען זיך, פֿאַרברייטערן די האָריזאָנטן — קלײַבֿט זי אויס די פֿינצטערע סטעזשקע פֿון חרם, וואָס איז די גרעסטע סתּירה צו וויסן און קענטעניש. זי איז דער מקום-מיקלט פֿון דעם פּרימיטיוון, אַגרעסיוון, אומטאָלעראַנטן עלעמענט אינעם מענטש.

ווער זשע לייגט אַרײַן אין חרם? נאָר פֿינצטערע רעזשימען און רעליגיעזע פֿאַנאַטיקער: די נאַציס האָבן פֿאַרברענט ביכער; די סאָוועטישע קאָמוניסטן האָבן מער-ווייניקער אָפּגעהאַקט די באַציִונגען מיט דער מערבֿ-וועלט; די אַראַבישע מדינות האָבן בויקאָטירט ישׂראל.

אויב חכמי-לאָנדאָן ווילן בויקאָטירן ישׂראל אַזוי ווי די אַראַבישע שכנים — זאָל זיי ווויל באַקומען! אַזאַ געדאַנקען-גאַנג וועט זיי טאַקע פֿירן אין יענע מקומות, וואָס טראָגן דעם נאָמען — אידעיִשער מדבר.

די בויקאָט-ווינטן זאָגן אָן דעם אונטערגאַנג פֿון בריטאַניע, ווי אַן אַלט־דעמאָקראַטיש לאַנד. אַז מע רעדט וועגן דער איסלאַמיזאַציע פֿון אייראָפּע, רעדט מען געוויינלעך וועגן ציפֿערן, פּראָצענטן, געבורט-ראַטע וכדומה. מעגלעך, אַז דער „פֿרישער‟ אײַנפֿאַל צו בויקאָטירן ישׂראל איז אַ וועג צו איסלאַמיזאַציע. בריטאַניע דאַרף זײַן פֿאַרזאָרגט צוליב אַזעלכע קולות וואָס רופֿן צו איזאָלירן אַנדערע לענדער, מחמת דערמיט איזאָלירט בריטאַניע זיך אַליין פֿון דער אַרומיקער וועלט.

בריטאַניע, אַ מאָל אַ פֿאַרוואָרפֿענער אינדזל, איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ ריזיקער אימפּעריע וואָס „די זון שײַנט תּמיר איבער איר‟, טאַקע צוליב איר אָפֿנקייט צו דער וועלט, צוליב דעם מיסחר. דאַכט זיך, אַז איצט וויל בריטאַניע ווידער זיך איזאָלירן און זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ ווייניק וויכטיקן אינדזל.