עונג־שבת - פֿאַר קליין און גרויס

Oneg-shabes — For the Whole Family


Published May 16, 2013, issue of June 07, 2013.

ס’איז גוט צו וויסן

אין יאָר 1696 איז קײן ארץ־ישׂראל (דעמאָלט פּאַלעסטינע) אָנגעקומען אַ האָלענדישער רײַזנדער, פֿילאָלאָג און קאַרטאָגראַף אַדריאַאַן רעלאַנד (1676־1718), מער באַקאַנט לױט זײַן נאָמען אױף לאַטײַן — האַדריאַני רילאַנדי. דער ציל פֿון זײַן רײַזע איז געװען צו באַזוכן און באַשרײַבן 2.500 ייִשובֿים, װעלכע װערן דערמאָנט אין תּנ”ך און אין דער משנה. רעלאַנד האָט געדאַרפֿט אױסגעפֿינען, באַשרײַבן די דאָזיקע ייִשובֿים און אַרױפֿשטעלן זײ אױף אַ נײַער מאַפּע. ווי אַ רעזולטאַט פֿון רילאַנדיס אַרבעטס־נסיעה, איז אין 1714 אַרױס זײַן בוך „Palestina ex Monumentis Veteribus Illustrata‟, אָנגעשריבן אױף לאַטײַן.

מע דאַרף נאָר צוגעבן, אַז אַדריאַאַן רעלאַנד האָט געקענט כּמעט אַלע אײראָפּעיִשע שפּראַכן, איז געװען אַ לעקטאָר פֿון אַלטגריכיש, אַראַביש און העברעיִש.

און אָט זײַנען עטלעכע אױסצוגן פֿון זײַן בוך:

◆ דאָס לאַנד איז איבער הױפּט פֿאַרװיסט, ניט באַזעצט און ניט באַפֿעלקערט. ס’רובֿ מענטשן װױנען אין ירושלים, עכּו, צפֿת, יפֿו, טבֿריה און עזה.

◆ ס’רובֿ פֿון דער באַפֿעלקערונג זײַנען ייִדן, אַלע אַנדערע זײַנען קריסטן, זײער װײניק מוסולמענער. די מוסולמענער זײַנען איבער הױפּט בעדויִנער. דער אײנציקער אױסנאַם איז נאַבלוס (שכם), אין װעלכן עס װױנען אַרום 120 אַראַבער פֿונעם שבֿט נאַטשאַ און בערך 70 שומרונים (סאַמאַריטיאַנער).

◆ אין נצרת, די הױפּטשטאָט פֿון גליל, װױנען בערך 700 מענטשן, אַלע זײַנען זיי קריסטן.

◆ אין ירושלים װױנען אַרום 5.500 נפֿשות, כּמעט אַלע ייִדן. עס איז דאָ אַ קלײנע קריסטלעכע קהילה.

◆ עס איז ניטאָ קײן אײן ייִשובֿ אין פּאַלעסטינע, ער זאָל האָבן אַן אַראַבישן װאָרצל אין זײַן נאָמען. ס’רובֿ ייִשובֿים האָבן העברעיִשע װאָרצלען, זײער זעלטן — גריכישע אָדער לאַטײַנישע.

◆ די שטאָט ראַמלאַ איז אַן אײנציקער אַראַבישער ייִשובֿ אין לאַנד, װעלכער טראָגט אַן אַראַבישן נאָמען.

◆ די העברעיִשע, לאַטײַנישע אָדער גריכישע נעמען זײַנען פֿאַרצױגן געװאָרן אין אַראַביש, אָבער אױף אַראַביש גופֿא האָבן זײ ניט קײן באַדײַט — עכּו, חיפֿה, יפֿה, נאַבלוס, עזה, על־כאַליל, על־קודס — האָבן ניט קײן פֿילאָלאָגישע אָדער היסטאָרישע אַראַבישע װאָרצלען.

◆ ראַמאַלאַ האָט אין 1696 געהײסן אױף „אַראַביש‟ בעטעלאַ, פֿאַרצױגן פֿון העברעיִשן בית־אל, חבֿרון און מערת־המכפּלה האָבן געהײסן אױף אַראַביש על־כאַליל, לױט אַראַבישן צונאָמען פֿון אַבֿרהם אָבֿינו.

◆ אין עזה האָבן געװױנט אַרום 550 מענטשן, אַ העלפֿט פֿון זײ ייִדן און די צװײטע העלפֿט — קריסטן.

◆ אינעם דאָרף אום־על־פֿאַכם האָבן געװױנט 10 משפּחות, אַרום 50 מענטשן, אַלע קריסטן.

אָט אַזעלכע טשיקאַווע פֿאַקטן ברענגען אונדז פֿון צײַט צו צײַט די אַלטע ביכער. אַנטקעגן וואָס האָבן מיר זיי דאָ געבראַכט? סתּם אַזוי: ס‘איז גוט צו וויסן! וואָס שייך די עם־האָרצים וואָס ווילן עס ניט וויסן, איז פֿאַר זיי דאָ אַ גוט ייִדיש ווערטל: „דער ׳פֿרײלעכער לאַ־לאַ־לאַ׳ שפּײַט מען אין די אױגן אַרײַן, זאָגט זי, אַז סע גײט אַ רעגן‟.


דער ליבער שבת־קודש

פֿון מ. ליפּסאָן

* * *

ר׳ יצחק דרוביטשערס דרך איז געװען צו פֿאַסטן הפֿסקות מערבֿ שבת לערבֿ שבת. אַ גאַנצע װאָך האָט ער ניט טועם־טעם געװען. פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, צום טיש, פֿלעגט ער אָפּפֿאַסטן. שבת פֿלעגט ער עסן אַ סך אי לכּבֿוד שבת, אי ער זאָל האָבן כּוח אַ גאַנצע װאָך צו פֿאַסטן.

איז ער אַמאָל געקומען קײן מעזשיבוזש. האָט אים ר׳ ישׂראל בעל־שם־טובֿ פֿאַרבעטן צו זיך אױף שבת. האָט ר׳ יצחק זיך געלאָזט בעטן.

— מײַן טבֿע איז — זאָגט ער — שבת אַ ביסל מער צו עסן.

כ׳װעל, אי”ה — ענטפֿערט ר׳ ישׂראל — אָנגרײטן גענוג.

האָט ר׳ ישׂראל געהײסן די בני־בית מאַכן אַ ברײטן שבת, אָנגרײטן פֿון אַלץ און מיט דער פֿולער האַנט.

פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, מ׳זעצט זיך צום טיש, מ׳מאַכט קידוש, מ׳דערלאַנגט די שבתדיקע מאכלים. גיט מען די גרעסטע חלקים ר׳ יצחקן. ר׳ יצחק עסט און הײסט זיך געבן נאָך. און װאָס מ׳שטעלט אַװעק אױפֿן טיש װערט פֿאַרברענט. בקיצור, מ׳האָט אים אַװעקגעגעבן אַלץ װאָס מ׳האָט אָנגעגרײט אױף אַ גאַנצן שבת און ר׳ יצחק איז געבליבן הונגעריק.

— סטײַטש — זאָגט ער צו ר׳ ישׂראלן — כּבֿודו האָט דאָך מיר צוגעזאָגט צוגרײטן גענוג.

— כ׳װעל אײַך זאָגן — ענטפֿערט ר׳ ישׂראל — אױף מלאכים האָב איך מיך געריכט, אױף שׂרפֿים האָב איך מיך ניט געריכט…

* * *

ר׳ שמעלקי ניקלשבורגער האָט אין דער יוגנט געהאַט אַ חבֿר, אַ גדול־בתּורה, אַן עילױ. איז ער געװאָרן רבֿ אין יאַנעװע. האָט מיט אים פּאַסירט אַזאַ מעשׂה:

ער איז אַמאָל געפֿאָרן מיט נאָך מחותּנים אױף אַ חתונה. פֿאַר נאַכט האָבן זײ זיך אָפּגעשטעלט אין אַ װאַלד דאַװנען מינחה. איז דער רבֿ אַװעק אָן אַ זײַט, צװישן די בײמער, דאַװנען ביחידות. אָפּגעדאַװנט מינחה זײַנען די מחותּנים געפֿאָרן װײַטער. און היות װי די פֿורן זײַנען ניט אָפּגעפֿאָרן גלײַך, האָבן די פֿון אײן פֿור געמײנט, אַז דער רבֿ פֿאָרט מיט דער צװײטער. אַזױ אַרום איז דער רבֿ געבליבן אַלײן אין װאַלד. דער װאַלד איז געװען אַ גרױסער און אַ געדיכטער. און דאָ איז צוגעפֿאַלן די נאַכט, ס׳איז געװאָרן חושך. האָט דער רבֿ אָנגעהױבן בלאָנדזשען. װאָס װײַטער איז ער אַלץ טיפֿער אַרײַן אין װאַלד און מער געבלאָנדזשעט. בקיצור, ער האָט אַזױ אָפּגעבלאָנדזשעט טעג און װאָכן, ביז ער האָט זיך דערשלאָגן צו אַ ייִשובֿ און געקומען צוריק אַהײם.

אין װאַלד האָט ער אַ טעות געמאַכט אין די טעג פֿון דער װאָך און געהאַלטן פֿרײַטיק — שבת. אָפּבלאָנדזשענדיק אַזױ פֿיל װאָכן איז ער געװאָרן אַ ביסל מטושטש און אַז ער איז געקומען אַהײם האָט ער זיך אײַנגערעדט, אַז ער האַלט דעם ריכטיקן שבת און די גאַנצע װעלט האָט אַ טעות, און קײנער האָט אים ניט געקענט אײַנרײדן. דאָנערשטיק איז בײַ אים געװען ערבֿ שבת מיט אַלע הכנות, מיט מיקװה, מיט קבלת־שבת, און פֿרײַטיק האָט ער געהאַלטן שבת מיט אַלע פּרטים.

אַז ר׳ שמעלקי, װאָס איז דעמאָלט געװען רבֿ אין שינעװע, איז געװױר געװאָרן פֿון דער מעשׂה, איז ער געקומען צו פֿאָרן קײן יאַנעװע. דער רבֿ האָט אים דערקענט, זיך דערפֿרײט מיט אים.

— װעסטו — פֿרעגט ער אים — בײַ מיר שבת האַלטן?

— יאָ — ענטפֿערט ר׳ שמעלקי — על־מנת־כּן בין איך געקומען.

דאָנערשטיק נאָך אַ האַלבן טאָג, דער רבֿ הײבט זיך אָן מכין זײַן אױף שבת — ר׳ שמעלקי מיט אים. זײ גײען בײדע אין מיקװה, טוען זיך אָן בגדי־שבת. דער רבֿ איז מקבל־שבת, זעצט זיך מיט ר׳ שמעלקין צום שבתדיקן טיש, מאַכט קידוש, זינגט זמירות — װי שבת. ר׳ שמעלקי האַלט מיט.

בײַם טיש גיט ר׳ שמעלקי אַ װוּנק מ׳זאָל דערלאַנגען שטאַרקן װײַן. ר׳ שמעלקי רוקט אונטער דעם רבֿ אַ כּוס נאָך אַ כּוס. יענער טרינקט ביז ער איז שטאַרק אײַנגעשלאָפֿן. הײבט זיך ר׳ שמעלקי אױף, פֿאַררײכערט זײַן פּיפּקע און הײסט אים לאָזן שלאָפֿן.

דער רבֿ איז אַזױ אָפּגעשלאָפֿן אַ גאַנצע נאַכט און פֿרײַטיק אַ גאַנצן טאָג.

פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, צום טיש, אַז ר׳ שמעלקי איז שױן פֿאַרטיק געװאָרן מיטן עסן, האָט ער אױפֿגעװעקט דעם רבֿ:

— יאַנעװער רבֿ, שטײט אױף בענטשן.

און אַזױ אַרום איז דער רבֿ אױסגעהײלט געװאָרן פֿון זײַן אײַנרײדעניש.

חסידישע מעשׂיות פֿונעם בוך „די וועלט דערציילט‟


פֿילם: „דער טויער איז אָפֿן‟ 1959

געמאַכט אין ישׂראל אין 1959, האָט דער דאָקומענטאַר־פֿילם „דער טויער איז אָפֿן‟ ווי אַ ציל איבערצורעדן די ייִדיש־רעדערס פֿון דער וועלט, זיי זאָלן מאַכן עליה קיין ישׂראל. דאָס בילד פֿונעם לעבן אין ישׂראל איז אַן אַרומנעמיקס: מע רעדט מיט ייִדן פֿון פּוילן, אונגערן, מאַראָקאָ און אַנדערע ערטער. געוויסע עולים זענען זיך מודה, אַז עטלעכע יאָרן האָבן זיי „געליטן‟, ווען זיי זענען ערשט אָנגעקומען קיין ישׂראל, און בכלל, איז אינטערעסאַנט, וואָס די פֿילממאַכער האָבן מסתּמא געמיינט, אַז דאָס וואָס זיי ווײַזן דעם צוקוקער, וועט זיי זיכער צוציִען צו דער מדינה, אָבער לויט די הײַנטיקע השׂגות, זעט מען אַ פּרימיטיוו לאַנד מיט לויטער אומבאַקוועמלעכקייטן.

דער פֿילם איז אויך אַן אַרומנעמיקער וואָס שייך דער געאָגראַפֿיע פֿון ישׂראל; ער נעמט אַרײַן נײַע וווין־ערטער פֿאַר עולים אין צפֿון און אין דרום. דער רעזשיסאָר האָט קינסטלעריש צוזאַמענגעשטוקעוועט אַ סך סצענעס, און דערצו, ווײַזט מען היסטאָרישע פֿילם־סצענס פֿון דער יונגער מדינה. „דער טויער איז אָפֿן‟ איז אין גאַנצן געמאַכט געוואָרן אויף ייִדיש און אַפֿילו ווען די נישט־ייִדיש־רעדערס דערציילן זייערע געשיכטעס הערט מען אַ ייִדישע נאַראַציע; אַ סימן, אַז ייִדיש איז נאָך געווען אַ וועלט־שפּראַך אין די סוף 1950ער יאָרן. צוליב פּראָפּאָגאַנדע האָט די ישׂראל־רעגירונג זיך נישט געשעמט לאָזן אין גאַנג ייִדיש.


נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן

פֿאר די קינדער שטעלן מיר פֿאָר נאָך דרײַ לידלעך פֿון באָריס סאַנדלערס קינדערבוך און קאָמפּאַקטדיסק „נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן‟. עס זינגט מאַרק אײַזיקאָוויטש ע״ה, און ער האָט אויך געשאַפֿן די מוזיק צו די לידער. די בילדער האָט געמאָלן איטעלע מאַסטבוים.

צו באַקומען דאָס בוך, קוועטשט http://yiddish2.forward.com/node/2276
אָדער שרײַבט צו vinokur@yiddish.forward.com


וויצן אויף שבת און אַלע טעג

זונטיק בײַ טאָג איז געקומען אַן אָרעמאַן צו אַ קאַרגן גבֿיר און געבעטן עסן.

— איר וועט עסן שבתדיקן קוגל? האָט דער קאַרגער געפֿרעגט דעם אָרעמאַן.

— יאָ — האָט דער אָרעמאַן מסכּים געווען.

— וועט איר אַזוי גוט זײַן קומען צו מיר דעם קעמעדיקן שבת, וועט איר געפֿינען אַ קוגל — האָט דער גבֿיר געזאָגט.

* * *

אַ הינקענדיקער אויף איין פֿוס האָט געהאַט אַ פֿרײַנד אַ בלינדן אויף איין אויג. אַז דער בלינדער פֿלעגט באַגעגענען דעם הינקענדיקן, פֿלעגט ער אים אַ פֿרעג טאָן:

— ווי גייט עס, פֿרײַנד?

— ווי די זעסט, — איז געווען דעם הינקענדיקערס ענטפֿער.

* * *

ר‘ אײַזיק־בער ציטערט אויף. פֿון הינטן האָט אים איינער דערלאַנגט אַזאַ פּאַטש אין פּלייצע, אַז ער איז שיִער ניט אומגעפֿאַלן. דרייט ר‘ אײַזיק האַסטיק אום דאָס פּנים צו זען דעם בעל־דבֿר. וועלוול־שׂרה לאהס, אויך אַ בית־מדרש ייִד, שטייט פֿאַר אים און פֿאַרענטפֿערט זיך, אַז ער האָט אַ טעות געהאַט; ער האָט געמיינט, אַז עס איז זײַן שוואָגער, פֿרידבערג.

— און אײַער שוואָגער דאַרפֿט איר אַזוי פּאַטשן אין פּלייצע? — פֿרעגט ר‘ אײַזיק בערל.

— הערט אַ זאַך, ענטפֿערט וועלוול, — דאָס גייט דאָך דיך נישט אָן.