די ווילנער געטאָ דיגיטאַליזירט

The Vilna Ghetto - Digitized

די דיגיטאַלישע מאַפּע פֿון ווילנער געטאָ
די דיגיטאַלישע מאַפּע פֿון ווילנער געטאָ

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published May 14, 2013, issue of June 07, 2013.

ווי אַזוי האָבן די ייִדן געלעבט אין ווילנער געטאָ? ווי אַזוי קען מען ניצן די נײַע דיגיטאַלישע טעכנאָלאָגיע פֿאַר אַזאַ איבערלעבונג כּדי איבערצוגעבן, אָדער כאָטש בעסער צו פֿאַרשטיין ווי מע האָט עס ביז אַהער פֿאַרשטאַנען?

אַ נײַע אינטעראַקטיווע דיגיטאַלישע מאַפּע, „רע־ווילנע‟ (ReVilna) האָט מען די וואָך לאַנצירט אין מער ווי 200 היסטאָרישע פּונקטן אויף אַן אינטערנעץ־מאַפּע, ניצנדיק פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון אַרכיוון איבער דער וועלט. דער באַניצער פֿון דער מאַפּע קען אַליין אויספֿאָרשן די געטאָ, אָדער ער קען זיך באַניצן מיט שוין צוגעגרייטע נאַראַטיוון וועגן דער געטאָ אויף אַזוינע טעמעס ווי „ווידערשטאַנד‟, „קונסט און קולטור‟ און „געזונט און דערציִונג‟.

דער שאַפֿער פֿון „רע־ווילנע‟ הייסט מנחם קײַזער. אַ טאָראָנטאָ־געבוירענער, האָט ער שטודירט ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט בײַ מרים האָפֿמאַן און אַגי לעגוטאָ. אין 2010 איז ער, אַ שרײַבער, געפֿאָרן אין דער ליטע, אַ דאַנק דער „פֿולברײַט‟־סובסידיע. „ווען איך האָב געוווינט אין ווילנע, האָב איך געזען, אַז מע דאַרף אַ סך מער אויפֿטאָן לזכּרון די אָנדעק־פּלעצער פֿונעם ווילנער געטאָ. די שילדן זענען גאָר אַלט און כּמעט מער נישט רעלעוואַנט; דערצו האָט מען גאָרנישט געטאָן צו פֿאַרהײַנטיקן און אויפֿצוהאַלטן וואָס איז שוין דאָ.‟ דערציילט קײַזער.

בעת זײַן באַזוך האָט ער זיך באַקענט מיט ד״ר יהונתן ברענט, דעם דירעקטאָר פֿון ייִוואָ, און דער ייִוואָ איז געוואָרן אַ שותּף צו קײַזערס פּראָיעקט. קײַזער האָט אָנגעשטעלט טעכנישע מומחים צו שאַפֿן די מאַפּע און שרײַבן די טעקטסן. ס‘רובֿ פֿון דער פֿאָרש־אַרבעט האָט ער אַליין דורכגעפֿירט.

מנחם קײַזער, דער איניציאַטאָר פֿון „רע־ווילנע‟
מנחם קײַזער, דער איניציאַטאָר פֿון „רע־ווילנע‟

„עס איז דאָ אַ סך אינפֿאָרמאַציע וועגן דער ווילנער געטאָ, אָבער פֿאַרן געוויינטלעכן מענטש איז די אינפֿאָרמאַציע צו שווער און נישט צוטריטלעך‟, דערציילט ער ווײַטער. דעם „פּשוטן‟ בשׂר־ודם האָט קיינער אין זינען נישט געהאַט. האָט קײַזער זיך גענומען צו דער אַרבעט, און מע האָט שוין פֿאַרענדיקט די הויפּט־מאַפּע. נאָך אַ וואָך אָדער צוויי וועט מען דאָס אויך קענען ניצן אויף דער GPS (גלאָבאַלע נאַוויגאַציע־סיסטעם), שפּאַצירנדיק אין די ווילנער גאַסן. נאָך אַ סטאַדיע האַלט מען אין אַנטוויקלען, אין וועלכער יעדער ייִדישער מוזיי וועט האָבן אַן עקראַן, פֿאַרבונדן מיט „רע־ווילנע‟.

די פֿאָנדן פֿאַרן פּראָיעקט האָט קײַזער געשאַפֿן דורך Kickstarter, דאָס הייסט, דורך אַן עפֿנטלעכער געלט־קאַמפּאַניע אויף דער אינטערנעץ. ער זוכט ווײַטער פֿאָנדן צו פֿאַרענדיקן די אַרבעט.

די מאַפּע איז, אין תּוך, אַ קליינע, אָבער אַן אַרומנעמיקע געשיכטע פֿון דער געטאָ. אַז מע עפֿנט דעם קאַפּיטל וועגן „קונסט און קולטור‟, למשל, לייענט מען וועגן זיבן געטאָ־אונטערנעמונגען, צווישן זיי די ביבליאָטעק, אָנגעפֿירט פֿון הערמאַן קרוק, דעם געטאָ־טעאַטער, און די עפֿנטעלכע לעקציעס. צווישן די פֿאָטאָגראַפֿיעס זעט מען אַ טעאַטער־פּלאַקאַט, פֿאָרשטעלונג־סצענעס, און אַן אײַנלאַדונג אויף קאָנצערטן. אויף אַ מאַפּע זעט מען, וווּ דער טעאַטער און די ביבליאָטעק האָבן זיך געפֿונען. אַ שאָד נאָר, וואָס מע שרײַבט נישט אַלע מאָל די ייִדישע ווערטער און טערמינען פֿאַר די אַלע אונטערנעמונגען און אינסטיטוציעס.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.