אַ פֿאָטאָגראַף פֿון „קעמפֿער‟

"Rebellious" Photographer

משה מאיראָוויטש אין זײַן לאָמפּ-קראָם, פֿאָטאָגראַפֿירט דורך אַסי חיים
Courtesy of Assi Haim
משה מאיראָוויטש אין זײַן לאָמפּ-קראָם, פֿאָטאָגראַפֿירט דורך אַסי חיים

פֿון ריני גערט-זאַנד (Forward)

Published May 22, 2013, issue of June 07, 2013.

תּל-אָבֿיבֿ. — איין מאָל אין דער וואָך, שפּאַצירט אַסי חיים אין דער פֿרי מיט זײַן פֿאָטאָאַפּאַראַט און דרײַפֿוס איבער די אַלטע קוואַרטאַלן פֿון תּל-אָבֿיבֿ, כּדי צו פֿאַראייביקן מיט זײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס אַ שטיקל פֿון דער אַלטער וועלט, וואָס האַלט איצט בײַם פֿאַרשוווּנדן ווערן. חיים זוכט אויס „די קעמפֿער‟, ווי ער רופֿט אָן די עלטערע בעלי-בתּים פֿון קליינע קרעמלעך, וועלכע ווילן זיך נישט אונטערגעבן די שטורעם-ווינטן פֿונעם גלאָבאַלן קאַפּיטאַליזם, מיט זײַנע צעצווײַגטע נעצן פֿון קראָמען און ביליקע אויסלענדישע פּראָדוקטן.

חיים, אַ 41־יאָריקער זשורנאַליסט, וועלכער אַרבעט ווי אַ רעדאַקטאָר בײַ „ישׂראל היום‟, האָט אָנגעהויבן צו פֿאָטאָגראַפֿירן אַזעלכע קלייטלעך ווי אַ פּראָיעקט פֿאַר אַ פֿאָטאָגראַפֿיע-קלאַס, אינעם יאָר 2010. די טעמע האָט אים אָבער שטאַרק פֿאַרכאַפּט; ער האָט אָנגעהויבן אויסזוכן אַזעלכע ערטער אין חיפֿה, ירושלים, נתּניה, באר-שבֿע און שטעטלעך אינעם גליל-ראַיאָן. זײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס, באַגלייט מיט קורצע דערציילונגען וועגן די קרעמלעך און זייערע בעלי-בתּים, שטעלט ער אַרויס אויף זײַן בלאָג „המורדים‟ — „די ווידערשטענדלער‟ אָדער „קעמפֿער‟:

http://hamordim.wordpress.com/author/assihaim/

דער פֿאָטאָגראַף האַלט, אַז אַזעלכע עלטערע לײַט קעמפֿן אויף זייער אייגענעם שטייגער קעגן קאַפּיטאַליזם. זיי באַנוצן זיך נישט מיט קיין מאַרקעטינג-טעכנאָלאָגיעס, ווייסן גאָרנישט וועגן פּאָפּולערע מאָדעס און זאָרגן זיך נישט וועגן באַצירונגען און וויטרינעס.

דאָס ערשטע קרעמל, וועלכן חיים האָט פֿאָטאָגראַפֿירט פֿאַר זײַן פּראָיעקט, איז געווען דער תּל-אָבֿיבֿער רעסטאָראַן „ישורון‟, וועלכער געפֿינט זיך אויף דער רחובֿ מאַז״ה, נומער פֿיר. דער קליינער רעסטאָראַנטשיק איז געעפֿנט געוואָרן אינעם יאָר 1962 דורך זושע ריווקין. ווען דער פֿאָטאָגראַף האָט זיך צום ערשטן מאָל געטראָפֿן מיט אים, איז ער געווען 84 יאָר אַלט. אַמאָל איז עס געווען אַ רוישיק אָרט, מיט אַ צאָל אָפֿיציאַנטן, וועלכע האָבן באַדינט די קונים, וואָס האָבן קיינמאָל נישט אויסגעפֿעלט. ווען חיים האָט געטראָפֿן ריווקינען — אַן עלטערער ייִד מיט אַ לאַנגער ווײַסער באָרד און אַ שוואַרצער יאַרמלקע, האָט ער געאַרבעט בשותּפֿות מיט בלויז איין געהילף. צוזאַמען, האָבן זיי געגרייט פֿיש און פֿלייש, שניצל און סאַלאַטן.

אין זײַן בלאָג, דערקלערט חיים, אַז אינעם דאָזיקן ווינקל פֿון תּל-אָבֿיבֿ באַהאַלט זיך אויס אַ „צײַט-מאַשין‟, וועלכע קאָן אַוועקטראָגן די באַזוכער צוריק אין די 1960ער יאָרן, ווען מענטשן זענען געווען צופֿרידן מיטן פּשוטן היימישן עסן. מיט אַ יאָר נאָך חיימס ערשטן וויזיט אינעם רעסטאָראַן „ישורון‟, איז ריווקין ניפֿטר געוואָרן. חיים האָט דערציילט, אַז ער איז אויסן צו פֿאָטאָגראַפֿירן אַזעלכע ערטער וואָס גיכער, ווײַל די בעלי-בתּים זענען שוין זייער אַלט, און זייערע חנעוודיקע אַלטמאָדישע קרעמלעך שליסן זיך כּסדר.

דער פֿאָטאָגראַף האָט באַמערקט, אַז אין אַ סך פֿאַלן שטאַרבן די בעלי-בתּים אין גיכן נאָך דעם, ווי זיי מוזן פֿאַרמאַכן זייער געשעפֿט. ס׳רובֿ אַזעלכע מענטשן האָבן נישט קיין עכטן רווח פֿון זייערע געשעפֿטלעך, און מאַכן דורך די טעג צוליב זייערע פּענסיעס אָדער אָרעמשאַפֿט-שטיצע פֿון דער רעגירונג. זייער באַשעפֿטיקונג מיטן געשעפֿט גיט זיי אָבער כּוח צו לעבן.