צוויי קלאַרנעטיסטן — צוויי קאָמפּאַקטלעך

Two Clarinetists — Two CDs

מײַקל ווינאָגראַד (רעכטס) און יונה קאַס­טאָן
מײַקל ווינאָגראַד (רעכטס) און יונה קאַס­טאָן

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published May 23, 2013, issue of June 21, 2013.

נײַע קאָמפּאַקטלעך פֿון צוויי ייִדי­שע קלאַר­נעטיסטן, איינער פֿון מאָנט­רעאָל, און דער צווייטער פֿון ברוקלין, שטעלן דעם טראָפּ אויף פֿאַר­שיידענע ייִדישע מוזיקאַלישע סטילן און פֿאָרשן אויס נײַע מו­זי­קאַלישע טעריטאָריע.

סוף 2012 האָט די נײַע פֿירמע פֿון קאַליפֿאָר­ניע Golden Horn Records אַרויסגעגעבן דאָס קאָמפּאַקטל ״Stormgame״ פֿון דעם מער באַקאַנטן מײַקל ווינאָגראַד, וואָס האָט במשך פֿון די לעצטע פֿינעף יאָר אַרויסגעגעבן פֿיר קאָמ­פּאַקט­לעך — „באַסאַראַבער האָפּ‟ (2008), „אינפֿעקשאָן‟ (2009), „ייִדי­שע פּרינצעסין‟ מיט שׂרה גאָרדאָן (2010), און „דער טאַראַס־קאַפּעליע‟ (2011). כאָטש באַוווּסט ווי איינער פֿון די בעסטע קלעזמער־קלאַרנע­טיסטן הײַנט, האָט ווינאָגראַד געשאַפֿן נישט בלויז קלעזמער־מעלאָדיעס אויפֿן נײַ קאָמפּאַקטל, נאָר גענאַשט פֿון דזשעז, קלאַסישער מוזיק און בײַ זײַנע פֿרײַנד — ייִדישע לידער פֿון דזשאַש וואַ­לעצקי און שׂרה גאָרדאָן.

ווינאָגראַד שפּילט דאָ אין זײַן געוויינט­לעכן טריאָ — פּאַטריק פֿאַרעל, אַקאָרדיאָן, און בני­מין פֿאָקס־ראָזען, באַס. עס נעמען אויך אָנטייל די זינגערין דזשודיט בערקסאָן, די פֿידלערין דבֿוררה שטראַס, דער צימבלער דזשאַש האָראָוויץ און די ישׂראלדיקע פּיאַניסטקע ענת פֿאָרט. די 13 מעלאָדיעס אויף „שטו­רעם־שפּיל‟ מיט אַזוינע טשיקאַווע טיטלען ווי „מאָרד‟, „פֿאַנטאַזיע‟ „איבער­רײַס‟ שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ סווי­טע, אָבער מע קען הנאה האָבן פֿון יעדער מעלאָדיע באַזונדער. זיי בײַטן זיך פֿון נײַערע קלאַנגען צו מער טראַדיציאָנעלע קלעזמערישע שטיקלעך, ווי די „סקאָטשנע‟, מיטן טראָפּ אויפֿן פֿידל און צימבל, און דעם גאָר גיכן טאַנצנדיקן „גיים‟ [שפּיל]. במשך פֿון דער גאַנצער רעקאָרדי­רונג הערט מען בולט ווינאָגראַדס ווירטואָזקייט אויפֿן קלאַרנעט.

פֿון קאַנאַדע איז אָנגעקומען אַן ערנסטע רעקאָרדירונג פֿונעם קלאַר­נעטיסט יונה קאַס­טאָן. „שׂיח השׂדה‟ — ליד פֿון די גראָזן, באַ­שטייט, אין תּוך, פֿון בראָסלאָווער ניגונים, געשפּילט פֿון אַ דועט — קלאַרנעט און באַס (יואל קער). קאַסטאָן שפּילט נאָך נישט אויף אַזאַ מוזיקאַלישער מדרגה ווי ווינאָגראַד, אָבער זײַן ציל איז נישט ווירטואָזקייט, נאָר מוזיקאַלי­שע רוחניות. קאַסטאָנס קלאַרנעט־קלאַנג דערמאָנט אין אַ מער קלאַסיש־ייִדישן טאָן, אין דער טראַדיציע פֿון גיאָראַ פֿײַדמאַן, און דאָס קען אַ מאָל קלינגען צו זיס.

קאַסטאָנס שאַפֿערישע אַראַנ­זשירונגען, וועל­כע נעמען אַרײַן אַנ­דערע אינסטרומענטן, מײַדן אויס, צום גרעסטן טייל, די דאָזיקע לאַק­רעצדיקייט. בײַם ניגון „פֿירן די צדיקים אין גן־עגן‟ שפּילט דזשייסאָן ראָזענבלאַט אויף דער מויל־האַר­מאָש­קע און איסמאַיִל פֿענטשוגלו אויף דעם אוד. דאָס איז אַ ניגון, וואָס, ווי ע ס שרײַבט קאַסטאָן, איז אַן אַלטער פֿאַרגעסע­נער בראָסלאָווער ניגון וואָס מע האָט געפֿונען אינעם קיִעווער אַרכיוו, רעקאָרדירט בעת דער אַנ־סקי עקספּעדיציע אין 1913. דער זינגער האָט געהייסן שמואל גאַסטער, און ער האָט דערקלערט, אַז מע זיגנט די מעלאָדיע בײַם באַגלייטן די צדיקים אַרויף אין הימל אַרײַן.

יונה קאַסטאָן, זעט אויס, איז אַן אָנהענגער פֿון ברעסלאָווער חסידות, לכל־הפּחות פֿון ברעסלאָווער נגינה; אַ העלפֿט פֿון די ניגונים זענען פֿון דער טראַדיציע. די אַנדערע ניגונים שטאַמען פֿון ליובאַוויטש, טאָלנער, מאָדזשיץ, קאַרלין. דעם טאָלנער ניגון האָט ער זיך אויסגעלערנט אין אַ טאַקסי, פֿאָרנדיק פֿון קיִעוו קיין אומאַן, וווּ עס געפֿינט זיך דער קבֿר פֿון נחמן בראָסלאָווער.

דאָס פּשטות פֿונעם דועט קלאַרנעט־באַס שאַפֿט אַ דבֿקותדיקע שטימונג, און מע הערט נישט אין „שׂיח השׂדה‟ קיין הוליע־מוזיק. דער חסרון איז, וואָס די שטימונג בלײַבט די זעלבע, און די רעקאָרדירונג וואָלט שווער געווען צו הערן עטלעכע מאָל — סײַדן מע געפֿינט זיך אָפֿט אין אַזאַ מעדיטאַטיוון געמיט.

אינעם „בעל־שם־טובֿ ניגון‟ שפּילט דער באַס די הויפּט־ראָלע, בשעת די אַנדעע אינ­סטרומענטן אימפּראָוויזירן אַרום דעם ניגון און דער רעזולטאַט קלינגט זייער דזשע­זיש. אין „אַגאַדעלטשע‟ פֿון דער מאַראָקאַנער ספֿרדישער טראַדיציע, געשאַפֿן פֿונעם בלינדן רבֿ מרדכי קלפֿון, הערט מען אַ פֿאַרבינדונג צווישן דער טערקישער און ספֿרדי­שער מוזיק, און די חסידישע ניגונים.

אינטערעסאַנט וואָס אויפֿן בילד, וואָס ווערט געניצט אויפֿן דעקל פֿו­נעם קאָמפּאַקטל צו אילוסטרירן „דאָס ליד פֿון די גראָזן‟, זעט מען ברוי­נע, אײַנגעבראָכענע, פֿאַרוויאַנעטע גראָזן און נישט קיין גרינע, הויכע געזונ­טע זאַנגען. פֿון דעם ווערט קלאָר דער נישט־געזאָגטער לײטמאָטיוו, אַז דורך דער חסידישער נגינה קענען מיר באַטראַכטן אונדזער קורצע עקזיס­טענץ אויף דער וועלט, און קאַסטאָנס קאָמפּאַקטל שאַפֿט די סבֿיבֿה פֿאַר אַזאַ ייִשובֿ־הדעת.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.