ייִדן אין מאַקעדאָניע

Macedonian Jews

דער חורבן־מוזיי אין סקאָפּיע
Liam Hoare
דער חורבן־מוזיי אין סקאָפּיע

פֿון ליִאַם האָר (Forward)

Published June 03, 2013, issue of June 21, 2013.

סקאָפּיע, די הויפּטשטאָט פֿון מאַקעדאָניע, דאָס קליינע לאַנד אָנגעפֿירט פֿון אַ נאַציאָנאַליסטישער רעגירונג, זעט אויס אַ ביסל מאָדנע. די מלוכה לייגט כּסדר אַרײַן געלט, כּדי צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ פֿון דער שטאָט, וועלכע איז אויף 80 פּראָצענט צעשטערט געוואָרן בעת דעם ערד־ציטערניש אינעם יאָר 1963, און דערנאָך איבערגעבויט געוואָרן אין אַ קאָמוניסטישן סטיל, מיט ברייטע בולוואַרן און הויכע פֿילשטאָקיקע צעמענטענע דירות־הײַזער.

הײַנט האָט זיך אָבער אין סקאָפּיע פֿאַרשפּרייט אַ נײַע אַרכיטעקטור־מאָדע — אַן אַמביציעזער נעאָ־קלאַסישער סטיל מיט קאָלאָנאַדעס, קאָלאָסאַלע סטאַטועס און אַ טריומפֿאַלער אַרקע. דער רעזולטאַט פֿון אַזאַ געמיש זעט אויס כאַאָטיש און צומאָל אַפֿילו גראָב.

קעגנאיבער דער בראָנדזענער סקולפּטור פֿונעם מאַקעדאָנישן קיניג פֿיליפּ דעם צווייטן, נישט ווײַט פֿונעם טײַל הינטערן „מוזיי פֿונעם מאַקעדאָנישן קאַמף‟, געפֿינט זיך דער אָרטיקער מוזיי פֿונעם ייִדישן חורבן. דער דאָזיקער מוזיי, דער איינציקער פֿון אַזאַ מין אינעם גאַנצן באַלקאַנער ראַיאָן, איז געעפֿנט געוואָרן אינעם יאָר 2011. דאָס צענטראַלע אָרט, וווּ דער מוזיי איז געשאַפֿן געוואָרן, ווײַזט אָן אויף דער וויכטיקער היסטאָרישער ראָלע, וואָס די ייִדן האָבן געשפּילט אין דער געשיכטע פֿונעם לאַנד.

די מאַקעדאָנישע שיל אָן אַ רבֿ
Liam Hoare
די מאַקעדאָנישע שיל אָן אַ רבֿ

די ערשטע ייִדן האָבן זיך באַזעצט אויף דעם שטח פֿון דער הײַנטיקער מאַקעדאָניע נאָך אין דער אוראַלטער רוימישער תּקופֿה. נאָך דעם גירוש־ספֿרד, אינעם 16טן יאָרהונדערט, איז אינעם ראַיאָן אָנגעקומען אַ גאַנצע כוואַליע ספֿרדישע ייִדן. אַ סך פֿון זיי האָבן זיך באַזעצט אין סאַלאָניקי, גריכנלאַנד, און אַנדערע גרויסע שטעט, אַזעלכע ווי סאָפֿיע, בעלגראַד און סאַראַיעוואָ; אַ טייל האָבן זיך אויך קאָנצענטרירט אין ביטאָלע, אין דער דרומדיקער געגנט פֿון מאַקעדאָניע, ווי אויך אין שטיפּ און סקאָפּיע.

אונטער דער אָסמאַניש־טערקישער מאַכט, האָבן די ייִדן געהאַט אַ גענוג ברייטע אויטאָנאָמיע און האָבן געלעבט אין אַ מער־ווייניקער באַקוועמען מצבֿ ווי צווייט־קלאַסיקע בירגער. די אָסמאַנישע עקאָנאָמיע איז געגאַנגען, ביסלעכווײַז, באַרג־אַראָפּ; ס׳רובֿ אָרטיקע ייִדן זענען געווען אָרעמע בעל־מלאָכות, הענדלערס, אַפּטייקער, דאָקטוירים; עס זענען אויך געווען נישט ווייניק רבנים און אַנדערע רעליגיעזע טוער.

בײַם סוף פֿונעם 19טן יאָרהונדערט האָט זיך דער מצבֿ פֿון די ייִדן אין מאַקעדאָניע געביטן. אין ביטאָלע און סקאָפּיע האָט זיך געעפֿנט אַ נעץ מאָדערנע ייִדישע שולן, וווּ ייִנגלעך און מיידלעך האָבן שטודירט מאַטעמאַטיק, פֿראַנצייזיש און נאַטור־וויסנשאַפֿט. אַ טייל מאַקעדאָנישע ייִדן האָבן זיך באַטייליקט אין דער „יונג־טערקישער‟ רעוואָלוציאָנעלער באַוועגונג אָדער האָבן זיך פֿאַראינטערעסירט אין ציוניזם. אין די 1930ער יאָרן, זענען 490 ייִדן אַוועקגעפֿאָרן פֿון יוגאָסלאַוויע קיין פּאַלעסטינע; כּמעט אַלע פֿון זיי זענען געקומען פֿון ביטאָלע.

אין יענער תּקופֿה, איז די ייִדישע קהילה אין מאַקעדאָניע געשטאַנען אין איר סאַמע זעניט. אין אַפּריל 1941 האָט בולגאַריע אָקופּירט מאַקעדאָניע. די ייִדן האָבן פֿאַרלוירן זייערע בירגעררעכט און האָבן געמוזט דינען אין אַרבעט־באַטאַליאָנען. מיט אַ יאָר שפּעטער, האָט די פֿאַשיסטישע־רעגירונג זיי געצוווּנגען צו טראָגן דעם געלן מגן־דוד און זיי אײַנגעשפּאַרט אין געטאָ־געגנטן. ווי אַ רעאַקציע, האָבן אַ צאָל מאַקעדאָנישע ייִדן זיך באַטייליקט אינעם פּאַרטיזאַנישן קאַמף. דעם 11טן מאַרץ 1943, האָבן די נאַציס דעפּאָרטירט די ייִדן פֿון ביטאָלע און שטיפּ קיין סקאָפּיע, פֿונוואַנען זיי — בסך־הכּל 7,200 נפֿשות — זענען פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין אַ טאַבעק־פֿאַבריק. דעם 22סטן מאַרץ, זענען זיי כּמעט אַלע דעפּאָרטירט געוואָרן אינעם טויט־לאַגער אין טרעבלינקע. ווען מאַקאָדאָניע איז באַפֿרײַט געוואָרן, אין נאָוועמבער 1944, האָבן בלויז 350 פֿון די אָרטיקע 8,000 ייִדן איבערגעלעבט דעם חורבן.

הײַנט באַטרעפֿט די יידישע קהילה אין מאַקעדאָניע בלויז 250 נפֿשות. ס׳רובֿ ייִדן וווינען אין סקאָפּיע, וווּ מע האָט אינעם יאָר 2000 געעפֿנט אַ נײַע שיל. אינעם שיל־בנין ווערן דורכגעפֿירט פֿאַרשיידענע געזעלשאַפֿטלעכע אונטערנעמונגען. יאַנאַ ניכאָטאַ, די גענעראַל־סעקרעטאַרין פֿון דער ייִדישער קהילה אין מאַקעדאָניע, האָט דערקלערט דעם ענגלישן „פֿאָרווערד‟ אין אַן אינטערוויו, אַז די שיל איז אויפֿגעבויט געוואָרן מיט דער הילף פֿון פֿאַרשיידענע יחידים, אָרגאַניזאַציעס און דער אָרטיקער רעגירונג. די קהילה האָט אויך באַקומען אַ טייל פֿון איר געלט פֿון די חורבן־רעסטיטוציעס. איין פּראָבלעם באַשטייט אָבער אין דעם, אַז אין דער שיל איז נישטאָ קיין רבֿ. דער געוויינטלעכער רבֿ האָט זיך געלערנט אין ישׂראל, האָט זיך דאָרטן פֿאַרליבט אין אַ פֿרוי, חתונה געהאַט מיט איר און געבליבן. פֿון צײַט צו צײַט קומען קיין סקאָפּיע רבנים פֿון בעלגראַד, סאָפֿיע און אַנדערע באַלקאַנישע שטעט; קיין שטענדיקער רעליגיעזער מנהיג איז אָבער נישטאָ.

ס׳איז אינטערעסאַנט אָבער, אַז במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר איז די ייִדישע קהילה אין מאַקעדאָניע געשטיגן בערך אויף צוויי מאָל. איידער מאַקעדאָניע האָט דערקלערט איר אומאָפּהענגיקייט אינעם יאָר 1991, האָבן דאָרטן געוווינט בלויז אַרום 120 ייִדן. דער אויפֿשטײַג האָט צו טאָן מיט דעם, וואָס די אָרטיקע יונגע ייִדישע פּאָרפֿעלקער האָבן לעצטנס געהאַט קינדער.