אַן אָנגעווייטיקטע טעמע

A Difficult Topic

ישׂראל־פּרעזידענט שמעון פּרס טרעפֿט זיך מיט די פֿירער פֿון ש״ס אין זײַן רעזידענץ אין ירושלים, דעם 31סטן יאַנואַר 2013. פֿון רעכטס: אַריאל אַטיאס, אלי ישי, שמעון פּרס, און אַריה דרעי.
Getty Images
ישׂראל־פּרעזידענט שמעון פּרס טרעפֿט זיך מיט די פֿירער פֿון ש״ס אין זײַן רעזידענץ אין ירושלים, דעם 31סטן יאַנואַר 2013. פֿון רעכטס: אַריאל אַטיאס, אלי ישי, שמעון פּרס, און אַריה דרעי.

פֿון עמיל קאַלין

Published June 04, 2013, issue of June 21, 2013.

נישטאָ קיין נײַעס אונטער דער זון.

דער כּנסת וועט שטימען פֿאַר אַ נײַעם רעקרוטיר-געזעץ פֿאַר די חרדים אין אַ פּאָר חדשים אַרום — נאָך אַ געזעץ, וואָס דער ציל איז, דער עיקר, צו פֿאַרגרעסערן די צאָל חרדים, וואָס דינען אין צה”ל, אָבער צווישן זײַנע שורות לייענט זיך אַ ברייטערן צוועק: אײַנשליסן גיכער דעם חרדישן ציבור אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט.

פֿאַר די חרדים, מיינט דאָס אײַנשליסן זיך אין דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט איין זאַך: די צעפֿאַלונג פֿון זייער געמיינדע, אַ טויט-אורטייל פֿאַר דער פֿרומער וועלט.

זיי זידלען דאָס געזעץ און פֿאַרגלײַכן אים, ווי עס איז דער שטייגער בײַ זיי, צו אַ ריי גזרות, וואָס שׂונאי-ישׂראל האָבן געפּײַניקט מיט זיי די ייִדן אין דעם פֿאַרלויף פֿון זייער דרײַ טויזנט־יאָריקער עקזיסטענץ. זיי זעען דאָס דינען אין צה”ל ווי שמד. די ראיה: אַ רבֿ האָט זיך נישט געפֿוילט און געלאָזט דעם עולם וויסן, אַז מע דאַרף מוסר-נפֿש זײַן און נישט גיין אין דער ציוניסטישער אַרמיי.

די וועלטלעכע האָבן מורא, אַז אויב די חרדים וועלן זיך נישט אײַנשליסן אין דעם אַרבעט-מאַרק וועט דאָס מיינען די צעפֿאַלונג פֿון דער עקאָנאָמיע און ממילא פֿון דער איצטיקער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. זיי האָפֿן אַז דאָס געזעץ וועט האָבן מער דערפֿאָלג דאָרטן, וווּ די מדינה איז דורכגעפֿאַלן כּסדר שוין אַ קײַמא-לן פֿון פֿינף און זעכציק יאָר — אײַנשפּאַנען די חרדים צו דעם יאָך פֿון אַ זעלבסטשטענדיקער מדינה מיט זייערע ברידער צוגלײַך.

צי איז מעגלעך אַז די חרדים וועלן צום סוף דינען אין אַרמיי?

יאָ, אַ קורצן בליק אויף צוריק וועט באַשטעטיקן אַז די חרדים האָבן למעשׂה שוין געמאַכט שלום מיט דער יִידישער מדינה און דערפֿון קען מען דרינגען אַז זיי פּאַסן זיך צו און בייגן זיך מער ווי די רעטאָריק פֿון זייערע עסקנים.

פֿאַר דער אַנטשטייוּנג פֿון דער מדינה איז „אגודת-ישׂראל‟ געווען אַ פֿאַרביסענער שׂונא פֿון די ציוניסטן. מע האָט גערופֿן די חלוצים אין די „אגודה‟ קרײַזן: „רשעים‟, גערעדט, ווי הײַנט, וועגן די דרײַ שבֿועות און אָנגעזאָגט דעם ציוניזם אַ וויסטע מפּלה.

הײַנט, לעבן אַ סך פֿון זייערע קינדס-קינדער גראָד אין ישׂראל און שטימען פֿאַר דעם ציוניסטישן פּאַרלאַמענט און אויב דאָס איז נישט גענוג — איז „אגודת-ישׂראל‟ אַליין אַ פֿראַקציע אין דעם כּנסת; אירע דעפּוטאַטן זענען געזעסן לאַנגע יאָרן אין דער קאָאַליציע; באַבערדלטע יִידן זענען געוואָרן אַפֿילו מיניסטאָרן — רחמנא לצלן.

דער חרדישער ציבור איז אָפּהענגיק פֿון דער מדינה מער ווי ער האָט ליב מודה צו זײַן. אַ סך ישיבֿות ניצן אויס געלט פֿון די ציוניסטישע שטײַערן, די מדינה צאָלט אָפּ די חרדים פֿאַר זייערע קינדער.

די חרדים פֿאַלט גאָר נישט אײַן זיך צו אַנטשולדיקן — אַדרבא, זיי קעמפֿן ווי לייבן, די געלטער זאָלן ווײַטער פֿליסן אומגעשטערט.

גראָד איצט, אַז עס גייט די רייד וועגן אָפּשנײַדן די אָפּצאָלונגען, ווײַזט זיך אַרויס בולטער ווי פֿריִער ווי אָפּהענגיק זיי זענען פֿון דער מדינה. די חרדישע עסקנים „רעדן גרויס‟, וואָרענען, סטראַשען נאָר עס איז זייער שווער אײַנצוזען מיט וואָס, אייגנטלעך, קענען זיי אין דער אמתן באַדראָען די וועלטלעכע. גיכער וואָלט די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט געקענט דריקן אויף זיי.

די וועלטלעכע זענען זיך טועה אויב זיי מיינען, אַז יעדע קרומקייט האָט זיך איר געזעץ וואָס קען אויסגלײַכן איר רוקן. זיי זענען פֿאַרליבט אין געזעצן און יושר. זיי פֿאַרשטייען נישט, אַז אַ מאָל דאַרף מען אײַנשלינגען דאָס שפּײַעכץ, אָנטאָן הענטשקעס און זיך גאַרטלען מיט געדולד.

מע דאַרף פֿאַרשטיין אַז ווי דענערווירנדיק ס׳זאָל נישט זײַן דער חרדישער צוגאַנג, דאָ גייט נישט אין יושר, זייער יושר איז נישט דער יושר פֿון די חרדים. מע וועט גאָרנישט אויפֿטאָן דערמיט וואָס מע גיט אַרויס אַ געזעץ וואָס וועט ברענגען ישיבֿה-בחורים באַצווווּנגערהייט אין דער אַרמיי.

די חרדים וועקן אויף בײַ זיי באַרעכטיקטע און אָפֿט אומבאַרעכטיקטע מוראס. עס דאַכט זיך, אַז זייער מורא מאַכן די חרדים גרעסער, שטאַרקער און ווירקנדיקער ווי זיי זענען אין דער אמתן. די חרדים זענען, אין לעצטן סך-הכל, אַ שוואַכע, איזאָלירטע באַפֿעלקערונג, וואָס איז נישט געקנופּט צו קיין שום וויכטיקער שטעלונג אין דער מדינה: די פּאָליציי, אַרמיי, מדינה-אַמטן, עקאָנאָמיע, אינדוסטריע — אין קיין שום געביט האָבן די חרדים נישט קיין דריסת-הרגל.

זיי האָבן נישט קיין מאַכט, זיי האָבן נישט קיין כּוח און זייערע היסטערישע אָפּרופֿן ווײַזן אויף מער ווי טויזנט עדות אויף זייער אָפּהענטיקייט. די וועלטלעכע, צוליב אַן אומפֿאַרשטענדלעכן געפֿיל פֿון שוואַכקייט, לאָזן זיך אַרײַן אין דעם צעהיצטן וויכּוח אומזיסט און אומנישט.

דאָס געזעץ וועט נישט אָפּשטילן קיינעמס מורא. עס וועט פֿאַרטיפֿן דאָס אַרײַנשטעקן די נאָז אין יענעמס טאָפּ: עס וועט באַלוינען ישיבֿות, וואָס וועלן צושטעלן אַ שיינע צאָל זעלנער און באַשטראָפֿן די ישיבֿות, וואָס די צאָל רעקרוטירטע בײַ זיי וועט זײַן נידעריק. 1,800 עילויים וועלן באַפֿרײַט ווערן פֿון דינסט-פֿליכט.

נאָך אַ צײַט-אָפּשניט פֿון פֿיר יאָר וועט אײַנגעפֿירט ווערן פּערזענלעכע פֿאַראַנטוואָרנטלעכקייט ווי עס איז דער מצבֿ הײַנט צו טאָג בײַ די איבעריקע יִידן. דאָס הייסט: אויב אַ בירגער וועט גערופֿן ווערן צו מיליטערישן דינסט, און ער שטעלט זיך נישט, וועט ער פֿאַרברענגען אין דער מיליטערישער תּפֿיסה.

עס שטעלן זיך עטלעכע קשיות: אויב נאָך פֿיר יאָר וועלן זיך די חרדים אָפּזאָגן פֿון זיך שטעלן צום דינסט וועט מען זיי טאַקע אײַנזעצן אין תּפֿיסה? דאַכט זיך אַז ניין. פֿאַרוואָס דאַרף צה”ל זיך אָפּגעבן מיטן איבערקוקן רשימות פֿון ישיבֿה-בחורים און ווערן די „ישיבֿות-פּאָליציי‟? ווי וועט מע באַשטימען ווער עס איז אַן עילוי? ווי וועט מען קענען פֿאַרזיכערן, אַז אַ ישיבֿה-בחור לערנט טאַקע 45 שעה אַ וואָך (ווי עס ווערט פֿאַרלאַנגט לויטן געזעץ)?

וואָס דאַרף מען יאָ טאָן? מע דאַרף פֿאַרקלענערן די מלוכישע שטיצע, וואָס דערמוטיקט באַנק-קוועטשערײַ. אָפּשנײַדן נאַציאָנאַלע פֿאַרזיכערונג־צאָלונגען, דערמוטיקן חרדים זיך ספּעציאַליזירן אין פֿאַכן וואָס דער אַרבעט-מאַרק נייטיקט זיך אין זיי.

מע דאַרף אויפֿבינדן דעם קנופּ צווישן די ישיבֿות און דער מדינה; די מדינה וועט נישט סובסידירן די ישיבֿות. יאָ, דער פּראָצעס פֿון אײַנשליסן חרדים אין דער געזעלשאַפֿט וועט דויערן לענגער ווי מע וויל אָבער מע טאָר נישט פֿאַרלירן דאָס געדולד.

און די חרדים? זיי דאַרפֿן זיך אויפֿוועקן כּל-זמן עס איז נישט צו שפּעט. זיי דאַרפֿן אַ קלער טאָן ווי זיי זענען בדעה צו שפּײַזן זייער וואַקסנדיקן ציבור אַז דער פּראָצענט אַרבעטנדיקע איז אַזוי נידעריק. זיי זענען שטעקן געבליבן אין אַ פֿאַרכּישופֿער ראָד פֿון נישט נעמען דאָס אחריות אויף זיך, נישט טראַכטן ווײַטער ווי די ד’ אמות — דאָס מוזן זיי ענדערן. זיי מוזן פֿאַרשטיין, אַז אַ גרויסער טייל פֿון דעם יִידישן ציבור פֿאָדערט זיי זאָלן צוהעלפֿן צו שלעפּן דעם יאָך פֿון אַ זעלבסטשטענדיקער, מאָדערנער מדינה.

די וועלטלעכע ווײַזן אַרויס שוין לאַנגע יאָרן זייער אומצופֿרידנקייט מיט דער איצטיקער סיטואַציע. זיי וועלן נישט בײַטן זייער מיינונג מאָרגן און מיינען אַז זיי דאַרפֿן באַשיצן די מדינה מיט זייערע לײַבן, און די חרדים מעגן זיצן און לערנען.

מע האָט דאָ צו טאָן מיט אַ צײַט-באָמבע וואָס איר זייגער טיקעט כּסדר. אויב עס וועט נישט געפֿונען ווערן אַן אופֿן די חרדים זאָלן דינען אין אַרמיי, וועט די שפּאַנונג צווישן די יִידן וואַקסן ביז אַ געפֿערלעכן פּונקט — אַ מיטל-מזרחדיקן פּונקט.