נײַע ביכער וועגן ייִדיש און ייִדישער קולטור

New Books on Yiddish and Yiddish Culture

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published June 05, 2013, issue of June 21, 2013.

Yiddish Dictionary &Phrasebook פֿון ווערע סאַבאָ איז אַרויס פֿונעם פֿאַרלאַג Hippocrene. געוויינטלעך באַטראַכט מען אַזוינע פֿראַזעביכער פֿאַר רײַזנדיקע ווי „לײַכטע סחורה‟, אָבער דאָס איז אַן ערנצט ווערק און אַ צושטײַער צו דער ייִדישער פּעדאָגאָגיק און צום לימוד ייִדיש. סאַבאָ איז יאָרן לאַנג געווען די ייִדיש־לערערין אינעם מישיגינער אוניווערסיטעט און איז הײַ‘ט אַן איבערזעצערין פֿון פֿאַרשיידענע שפּראַכן.

דאָס בוך הייבט זיך אָן מיט אַ קורצער גראַמאַטיק פֿון ייִדיש, און דערנאָך אַ ייִדיש־ענגליש/ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך. פֿאַר יעדן ייִדיש וואָרט ווערט אויך אָנגעגעבן ווי מע רעדט עס אַרויס אין לאַטײַנישע אותיות. אין דער צווייטער העלפֿט קומט די „פֿראַזעבוך‟ מיט אַזוינע קאַפּיטלעך ווי: „באַגריסונגען” „טראַנספּאָרט” „קוואַרטיר” „וווּ מע עסט” „מאכלים און געטראַנקען” „געלט” „דאָס אײַנקויפֿן” „משפּחה” „אַרבעט און שול” „געזונט” און „קאָמוניקאַציע”. די פֿראַזעס ווערן געדרוקט אויף ענגליש, ייִדיש און מיט אַ טראַנסקריפּציע פֿון דער ייִדישער פֿראַזע.

מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט מען זיך דערמאָנט אין נאָך אַזאַ ייִדיש פֿראַזעבוך — „Say It In Yiddish‟ וואָס פּראָפֿ׳ אוריאל ווײַנרײַך און זײַן פֿרוי בינה ווײַנרײַך האָבן רעדאַקטירט אין 1958. דער אַמעריקאַנער שרײַבער מײַקל טשייבאָן האָט עס ערגעץ געפֿונען, און געפֿרעגט אין אַרטיקל — „פֿאַר וואָסער לאַנד האָט מען געדאַרפֿט האָבן אַזאַ ייִדיש פֿראַזעבוך? ער האָט, מיט הומאָר, אויסגעטראַכט אַ ייִדיש־רעדנדיק לאַנד. שפּעטער האָט ער טאַקע אָנגעשריבן דעם ראָמאַן „די ייִדישע פּאָליציי־יוניאָן”, אינספּירירט פֿון דעם, אין וועלכן אַ טייל פֿונעם שטאַט אַלאַסקאַ באַטשייט פֿון ייִדיש־רעדערס. זײַן חוזק האָט דעמאָלט באַליידיקט אַ סך מענטשן פֿון דער ייִדיש־רעדנדיקער קהילה.

די רעדאַקטאָרין פֿונעם נײַעם פֿראַזעבוך, סאַבא, רעאַגירט אויף דעם ענין — „פֿאַר וועמען אַזאַ פֿראַזעבוך?‟ — אין איר אַרײַנפֿיר־וואָרט. זי גיט צו צום סוף, אַז „לעצטנס האָט די צאָל געבוירענע ייִדיש־רעדערס אָנגעהויבן צו שטײַגן נאָך אַ מאָל. ייִדיש איז די טאָג־טעגלעכע שפּראַך פֿון הונדערטער טויזנטער חרידים (ס’רובֿ חסידים), וועלכע גיבן אַרויס וואָס מער פּובליקאַציעס אויף ייִדיש אין פֿאַרשיידענע מעדיומס. אַנדערע קלענערע גרופּעס פֿון וועלטלעכע ייִדיש־רעדערס געפֿינען זיך אַרום דער וועלט און מאַכן וויכטיקע קולטורעלע בײַשטײַערונגען.” אויף דער הילע, צום סוף פֿון בוך, שטייט אויף ענגליש, אַז דאָס פֿראַזעבוך וועט „העלפֿן סטודענטן, רײַזנדקע, געשעפֿטסלײַט, זיי זאָלן קענען קאָמוניקירן מיט די ייִדיש־קהילות אין ירושלים, לאָנדאָן, ניו־יאָרק און אַנדערע גרויסע שטעט איבער דער וועלט”.

סאַבאָ האָט צונויפֿגעשטעלט אַ פֿײַנע רשימה ניצלעכע פֿראַזעס, אָפֿט מאָדערן, מיט נײַער טערמינאָלאָגיע, ווי למשל איר אויסדרוק פֿאַר prepaid cell phone איז — „פֿאָרויסבאַצאָלטע מאָבילקע‟, וואָס אַלע וועלן פֿאַרשטיין. דאָ און דאָרט, גיט מען טאַקע אַ שמייכל, ווי למשל, בײַ דער באַזונדערער רשימה פֿון ווערטער, וואָס מע ניצט אין אַ רעסטאָראַן. אין דער ליסטע האָט זי אויסדרוקן, וואָס מע זאָל ניצן צו קריטיקירן דאָס עסן: „דאָס איז ניט דערקאָכט” „נעמט דאָס צוריק, זײַט אַזוי גוט” „מיר קענען מער ניט וואַרטן‟. וועמען וועט נישט אײַנפֿאַלן שלום־עליכמס „כּתרילעווקער ראָסטאָראַנען‟ איבערלייענענדיק די ווערטער?

* * *

דער פּאָעט, איבערזעצער און קריטיקער ריטשאַרד פֿײַן האָט אין זײַן פֿריִערדיק בוך The Dance of Leah באַשריבן אין אַ פּאָעטישן און טיף־זיניקן אופֿן זײַן קאָמפּליצירטע באַציִונג צו ייִדיש און צו דער ייִדישער פּאָעזיע. זײַן נײַע זאַמלונג עסייען Yiddish Genesis באַשרײַבט ווײַטער זײַן אויטאָביאָגראַפֿישע נסיעה אין ייִדישלאַנד.

קיין אַנדער קריטיקער הײַנט פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע קען נישט אַזוי גוט די מאָדערנע אַמעריקאַנער פּאָעזיע ווי פֿײַן. דעריבער זענען פֿײַנס אָבסערוואַציעס, באַמערקונגען, און פֿאַרגלײַכענישן עפּעס נײַעס פֿאַרן לייענער. זײַנע קריטישע חידושים האָבן וואָרצלען אין צוויי וועלטן, און ניצנדיק איין וועלט איז ער מסביר די צווייטע. פֿײַנס קענטעניש נעמט אויך אַרײַן די וועלט־ליטעראַטור — רוסיש, דײַטש — און דאָס שאַפֿט אַ נאָך מער אַרומעניקע פּערספּעקטיוו, נישט נאָר וואָס שייך פּאָעזיע, נאָר אויך פּראָזע.

דאָס בוך האָט פֿײַן אָנגעשריבן אין אַ לײַכטן סטיל, וואָס איז נישט אָנגעלאָדן מיט אַ שווערער אַקאַדעמישער טערמינאָלאָגיע. זײַן צוגאַנג איז זייער אַ פּערזענלעכער, און דערפֿאַר לייענט זיך דאָס ווערק גרינג, אַפֿילו ווען מע קען נישט די אַלע ליטעראַרישע פּערזענלעכקייטן וואָס ווערן דערמאָנט. דער אַמעריקאַנער לייענער וועט זיכער כאַפּן מער פֿון פֿײַנס אַלוזיעס, אָבער דאָס שטערט נישט די הנאה פֿאַר אַלע לייענער.

דער ערשטער עסיי וועגן דעם זשאַנער — די ייִדישע דערציילונג — האָט פֿײַן אָנגעשריבן אין 1968. מיט 6 יאָר שפּעטער האָט ער ממשיך געווען די טעמע אין אַ צווייטן עסיי. בכלל האַלט ער, אַז די ייִדישע פּראָזע שפּיגלט אָפּ דעם אייגנאַרטיקן מצבֿ פֿונעם ייִדישן גלות און די קאָמפּליצירטע באַציִונג פֿון די ייִדן צום רבונו־של־עולם. פֿײַן קומט פֿון אַ וועלטלעכער סבֿיבֿה, אָבער ער פֿאַררופֿט זיך סײַ אויף אונדזערע תּנכישע אָבֿות, סײַ אויף דער מאָדערנער ליטעראַטור אויב ס‘איז שייך צו זײַן געדאַנק.

אַ סך פֿון זײַנע מחשבֿותן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור האָט פֿײַן אַנטוויקלט ווי אַן איבערזעצער. ספּעציעל פֿאַרליבט האָט ער זיך אין די לידער פֿון יעקבֿ גלאַטשיין, און אַ גאַנצן באַנד איבערזעצונגען פֿון גלאַטשטיינס לידער האָט ער אַרויסגעגעבן אין 1987. „קיין געלונגענע איבערזעצונג וועט נישט פֿאָרקומען אויב דאָס ליד האָט נישט געמאַכט קיין רושם אויפֿן איבערזעצער; אויב דער איבערזעצער פֿילט נישט, אַז דאָס ליד האָט צו אים גערופֿן… איבערזעצונג איז די קונסט פֿון אָפּשינדן די קאַץ, די פֿעל זאָל אין זיך האָבן אַ נײַעם ׳מיאַו׳‟, שרײַבט ער אין זײַן עסיי „דער קאָמפּאַניאָן־איבערזעצער‟. ער האָט געפֿילט, אַז נאָך דעם ווי ער האָט איבערגעלייענט גלאַטשטיינס לידער, איז אים געווען „באַשערט‟ צו זײַן דער איבערזעצער פֿון זײַנע לידער. מיר דאַכט, אַז קיינער שרײַבט נישט מיט אַזוי פֿיל לײַדנשאַפֿט וועגן דער קונסט פֿון איבערזעצן פֿון ייִדיש. עס פֿאַרשטייט זיך, אַז זײַנע אַרויסזאָגונגען וועגן דער איבערזעץ־קונסט זענען שייך נישט בלויז צו ייִדיש, נאָר צו אַלע ליטעראַטורן.

„איך קען זאָגן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און וועגן מיר, אַז אין זײַן סוף איז מײַן אָנהייב‟, שרײַבט פֿײַן אין אַן אַנדער קאַפּיטל וועגן דער ייִדישער פּאָעזיע. געוויינטלעך, וואָלטן אַזוינע זאַצן וועגן דעם „סוף‟ פֿון ייִדיש געגאַנגען אויף די נערוון, אָבער אין פֿײַנס פֿאַל פֿאַרגינט מען אים די מעטאַפֿאָרן, ווײַל מע פֿילט זײַן גרויסע ליבשאַפֿט צו דער שפּראַך און צו דער ליטעראַטור, און זײַן גרויסן טרויער מכּוח דעם „טויט‟ פֿון דער קולטור. נישט אַלץ וואָס ער שרײַבט, ווי למשל, פֿאַר וואָס ער איז צוגעצויגן געוואָרן צו ייִדיש, איז נײַ, אָבער מע פֿאַרגינט דאָס אים אויך, ווײַל בדרך־כּלל טרעפֿט מען זעלטן אַזוינע זשאַבלאָנישע אויסדרוקן אין זײַן פּראָזע.

מע וואָלט געדאַרפֿט פֿאַרשפּרייטן צו אַ גרעסערן ענגליש־לייענעדיקן ליטעראַרישן עולם געוויסע אַרטיקלען זײַנע אין דעם באַנד. דער אַרטיקל „וואָס קען ייִדיש מיינען צו אַן אַמעריקאַנער פּאָעט?‟ גיט צו פֿאַרשטיין ווי נאָוואַטאָריש עס זענען געווען אונדזערע מאָדערנע ייִדישע פּאָעעטן, ווי אויך זייער השפּעה אויף דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור (אַרײַנגערעכנט פֿײַנס אייגענע ענגלישע לידער).

* * *

דער קאָלעקטיוו פֿון ייִדישע איבערזעצערס אין טאָראָנטאָ האָט אין דעם באַנד The Exile Book of Yiddish Women Writers אויסגעקליבן קורצע דערציילונגען אויף ייִדיש פֿון פֿרויען, מיטן טראָפּ אויף די קאַנאַדער שרײַבערינס. „די זאַמלונג וועט נישט בלויז באַטאָנען די באַהאַלטענע שריפֿטן פֿון פֿרויען, נאָר אויך די אייגנאַרטיקע ראָלע וואָס קאַנאַדע האָט געשפּילט אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אויף ייִדיש, די אָריגינעלע מאַמע־לשון, און דורך איבערזעצונג‟ שרײַבט די רעדאַקטאָרשע פֿרידע יאָלעס פֿאָרמאַן אינעם אַרײַנפֿיר.

אירע ווערטער האָבן אַ קעמפֿערישן טאָן, ווען זי שרײַבט ווײַטער, אַז „דאָס איבערזעצן איז אַ פּאָליטישער אַקט. ווער עס באַקומט אַ וויזע צו דער אַנדערער שפּראַך, צום אַנדערן לאַנד ווערט באַשלאָסן פֿון מענטשן מיט מאַכט — און זיי זענען נישט קיין פֿרויען־שרײַבער. די איבערגעזעצטע ייִדישע ליטעראַטור איז ביז איצט געווען אַ שאַפֿונג פֿון איין מין, וואָס האָט אָפּגעוואָרפֿן און איגנאָרירט די באַטייליקונג פֿון דער צווייטער העלפֿט פֿון דער מענשטהייט. ערשט איצט, ווען פֿעמיניסטן האָבן באַמערקט דעם דוחק פֿון איבערגעזעצטע ווערק פֿון פֿרויען, האָט זיך אָנגעהויבן דער פּראָיעקט פֿון צוריקבאַקומען די פֿאַרשטומטע קולות.‟

די גרופּע איבערזעצערס, די — Toronto Yiddish Translation Group — נעמט אַרײַן: סאַם בלאַט, שׂרה פֿײַערמאַן, וויוויאַן פֿעלסען, פֿירדע יאָלעס פֿאָרמאַן, שוירלי קומאָוו, סילוויאַ לוסטגאַרטען, גאָלדי מאָרגענטאַלער, עליסאַ פּאָזקאַנזער און אידע ווײַנבערג. די שרײַבערינס וועלכע זיי האָבן אויסגעקליבן איבערצוזעצן זענען: לילי בערגער, רחל ברוכות, שיינדל פֿראַנצוס־גאַרפֿינקל, שירה גאָרשמאַן, חיהלע גראָבער, שׂרה האַמער־דזשאַקלין, רחל קאָרן, בלומע לעמפּעל, אידאַ מאַזע, ריקודה פּאָטאַש, חוה ראָזענפֿאַרג, דאָרע שולנער און מירל ערדבערג שאַטאַן. נישט אַלע פֿרויען האָבן געהאט א שייכות מיט מאָנטרעאַל אָדער קאַנאַדע. לילי בערגער איז באַקאַנט ווי אַ פּאַריזער שרײַבערין; ברוכות איז אומגעקומען אין 1942 אין דער מינסקער געטאָ. שירה גאָרשמאַן האָט זיך באַזעצט אין ישׂראל.

געוויסע נעמען וועלן זײַן נאָר באַקאַנט די קאַנאַדער לייענער, ווי למשל, מירל ערדבערג שאַטאַן (1894 — 1982), וועלכע איז אָנגעקומען קיין מאָנטרעאַל פֿון קוטנע, פּוילן, אין 1926 און איז לאַנגע יאָרן געווען אַ מיטאַרבעטערין פֿון דער צײַטונג „קענעדער אָדלער‟. אָדער שיינדל פֿראַנצוס־גאַרפֿינקל, וועלכע האָט אויך זיך געדרוקט אין „קענעדער אָדלער.‟

צום סוף פֿונעם באַנד ווערן געדרוקט דרײַ אָפּשאַצונגען פֿון געוויסע שרײַבערינס: מרים קראַנט דערציילט וועגן מירל ערדבערג שאַטאַן; גאָלדע מאָרגענטאַלער שרײַבט וועגן איר מאַמען, חוה ראָזענפֿאַרב, און מרים וואַדינגטאָן (נישט איינע פֿון די איבערזעצערינס) באַשרײַבט איידע מאַזעס ליטעראַרישן סאַלאָן אין מאָנטרעאַל. דאָס איז בפֿירוש געווען אַ גוטער אײַנפֿאַל און גיט צו אומבאַקאַנטע פּרטים וועגן דער קאַנאַדער ליטעראַרישער סבֿיבֿה.

ווי אין אַלע אַזוינע אַנטאָלאָגיעס זענען נישט אַלע דערציילונגען אויף דער זעלבער ליטעראַרישע מדרגה. רחל קאָרן, בלומע לעמפּעל און חוה ראָזענפֿאַרב האָבן פֿאַרדינט זייער שם ווי פֿײַנע פּראָזאַיִקער, אָבער אַפֿילו אין די אַנדערע דערציילונגען קומט אַרויס דער פֿרויען־קוק אויף דער וועלט און אויפֿן ייִדישן לעבן, סײַ אין דער אַלטער היים, סײַ אין דער נײַער, און דאָס קול „הערט‟ מען טאַקע נישט גענוג אין דער ייִדישער ליטעראַטור. לייענדיק די איבערזעצונגען באַקומט מען חשק צו לייענען אַלע ווערק אין דער אָריגינאַלער שפּראַך, מאַמע־לשון, און איז דאָס נישט דער בעסטער קאָמפּלימענט?