כּשרע תּפֿיסות

Kosher Jails

אַ חב״ד־רבֿ, שלום ליפּסקאַר, העלפֿט אַן אַרעסטאַנט אין אַ פֿלאָרידער תּפֿיסה לייגן תּפֿילין
Courtesy of Aleph Institute
אַ חב״ד־רבֿ, שלום ליפּסקאַר, העלפֿט אַן אַרעסטאַנט אין אַ פֿלאָרידער תּפֿיסה לייגן תּפֿילין

פֿון ייִט״אַ

Published June 06, 2013, issue of July 05, 2013.

ביז סוף־יאָר וועלן אַלע אַרעסטאַנטן אינעם שטאַט פֿלאָרידע, וועלכע ווילן כּשר עסן, קאָנען עס באַקומען.

מע וועט אָנהייבן די כּשרע שפּײַז־באַדינונג אין יולי, אין אַ גרויסער תּפֿיסה אין צפֿון־פֿלאָרידע, אָבער במשך פֿון די ווײַטערדיקע חדשים וועט מען פֿאַרברייטערן די באַדינונג צו 60 תּפֿיסות, האָט דזשיימס אָפּטשערטש, דער וויצע־סעקרעטאַר פֿונעם פֿלאָרידער תּפֿיסה־דעפּאַרטאַמענט, מיטוואָך געמאָלדן אין פֿעדעראַלן געריכט.

דער באַשלוס איז אַן ענטפֿער אויף אַן אָנקלאָג, וואָס מע האָט אָנגעגעבן אינעם דרום־פֿלאָרידער פֿעדעראַלן געריכט, אין שײַכות מיטן קאָנען באַקומען כּשר עסן אין תּפֿיסה.

אין מײַ האָט דאָס פֿעדעראַלע אַפּעליר־געריכט אין אַטלאַנטע געפּסקנט, אַז דער אַרעסטאַנט ברוס ריטש מעג אָנקלאָגן זײַן תּפֿיסה אין געריכט, פֿאַר האָבן אָפּגעשטעלט די כּשרע מאָלצײַטן, ווי אַ טייל פֿון אַ פּלאַן צו שנײַדן די הוצאָות.

ריטש איז אַ פֿרומער ייִד, וועלכער איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו לעבן־לאַנגער תּפֿיסה פֿאַר האָבן דערהרגעט אַ מענטשן.

בערך 250 אַרעסטאַנטן ניצן די כּשרע שפּײַז־באַדינונג, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל מוסולמענער, האָט די „איי־פּי‟ איבערגעגעבן פֿאַראַיאָרן. דערווײַל באַזאָרגט דער שטאַט די אַרעסטאַנטן, וועלכע היטן כּשרות, מיט וועגעטאַרישע און וועגאַנישע ברירות.

איידער מע האָט אָפּגעשטעלט די כּשרע באַדינונג, פֿלעגן דרײַצן פֿלאָרידער תּפֿיסות זיך באַטייליקן אין דער פּראָגראַם. מע האָט אָבער אָפּגעשטעלט די באַדינונג, ווײַל עס האָט געשאַפֿן געוויסע פּראָבלעמען, האָט אָפּטשעטרשט דערקלערט. אַ טייל פֿון די אַרעסטאַנטן האָבן זיך בלויז פֿאַרשטעלט ווי פֿרומע ייִדן, כּדי מע זאָל זיי איבערפֿירן אין איינער פֿון די „כּשרע‟ תּפֿיסות, פּשוט ווײַל זי געפֿינט זיך נעענטער צו זייער שטוב. דערצו האָט די פּריווילעגיע פֿון קריגן ספּעציעלע מאָלצײַטן אַרויסגערופֿן קינאה און פּראָטעסטן בײַ די אַנדערע אַרעסטאַנטן.

35 שטאַטן און די פֿעדעראַלע רעגירונג גיבן זייערע אַרעסטאַנטן די ברירה פֿון כּשרע מאָלצײַטן.