יאָני פֿײַן: פּאָעט און מאָלער — אַ בן־מאה

Yonia Fain Celebrates 100 Years


פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published June 07, 2013, issue of July 05, 2013.

לאָמיר ווערן קליינע קינדער,
די שפּיל אין גרויסע ז‘מיר דערעסן,
ווי לאַנג קען מען דען מענטשן נאַרן,
אָדער צו אָפּנאַרן פֿאַרגעסן?
פֿונעם ליד „לאָמיר ווערן קליינע קינדער‟

די וואָך, דעם 6טן יוני, האָט דער ייִדישער פּאָעט און מאָלער יאָני פֿײַן געפּראַוועט זײַן הונדערטסטן געבוירן־טאָג. במשך פֿון זײַנע הונדערט יאָר האָט ער מיטגעמאַכט אַ לאַנגע, וואַנדערנדיקע אָבער שאַפֿערישע נסיעה.

יאָני פֿײַן איז אויפֿגעוואַקסן אין ווילנע נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה און האָט דאָרטן פֿאַרענדיקט די קונסט־אַקאַדעמיע. ער האָט ווײַטער שטודירט קונסט און באַקומען אַ מאַגיסטער־דיפּלאָם אין פּוילן.

ווען די סאָוועטישער מאַכט האָט איבערגענומען ווילנע אין 1939 איז ער און זײַן פֿרוי אַנטלאָפֿן קיין וואַרשע, און ווען די דײַטשן האָבן אַטאַקירט פּוילן זענען זיי נאָך אַ מאָל געלאָפֿן, אָבער די סאָוועטן האָבן אים אַרעסטירט. זיי האָבן געפֿעלשט וויזעס, און דורך סיביר זענען זיי אָנגעקומען קיין יאַפּאַן. מלחמה־צײַט האָבן זיי פֿאַרבראַכט אין שאַנכײַ, כינע.

נאָך דער מלחמה האָט דער באַרימטער מעקסיקאַנער מאָלער דיעגאָ ריוועראַ געזען זײַן ווערק, און האָט זיי אַריבערגעבראַכט קיין מעקסיקע אין 1948. דאָרטן האָט ער געהאַט עטלעכע אויסשטעלונגען און ריוועראַ האָט תּמיד געשטיצט זײַנע מאָלערײַען. זײַן גרעסטע ווערק האָט ער דאָרטן געשאַפֿן: אַ וואַנטגעמעל לזכּרון דעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד אינעם קופּאָל פֿונעם „פּאַנטעאָן דע דאָלאָרעס‟. קיין ניו־יאָרק איז ער געקומען בײַם אָנהייב פֿון די 1950ער יאָרן.

רופֿינאָ טאַמאַײַאָ, נאָך אַ באַרימטער מעקסיקאַנער מאָלער, האָט אים געשטיצט אין ניו־יאָרק, און פֿײַן איז געוואָרן אַ לערער פֿון קונסט אינעם ברוקלינער אוניווערסיטעט מער ווי צען יאָר. דערנאָך האָט ער געלערנט אין ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט פֿון 1964 ביז 1970. אין האָפֿסטראַ־אוניווערסיטעט האָט ער אָנגעהויבן אין 1970, און ער איז געבליבן ביז ער איז אַרויס אויף דער פּענסיע אין 1983.

במשך פֿון די יאָרן האָט פֿײַן געהאַט אויסשטעלונגען אינעם ברוקלינער און וויטנעי־מוזיי אין ניו־יאָרק און אינעם לאָנדאָנער ייִדישן קולטור־צענטער, צווישן אַנדערע ערטער אין אַמעריקע און ענגלאַנד. זײַנע אילוסטראַציעס זענען אויך גוט באַקאַנט דעם ייִדישן לייענער.

שוין לאַנגע יאָרן וווינט פֿײַן אין דער ברוקלינער געגנט פֿון קאַראָל־גאָרטן, וווּ ער שרײַבט און מאָלט ווײַטער. זײַן ערשט בוך ייִדישע פּאָעזיע, „אַ תּליה אונטער די שטערן‟ איז אַרויס אין מעקסיקע אין 1947. אין 1983 האָט ער אַרויסגעגעבן אַ באַנד לידער „גוטע אורחים‟, און אין 1995 „ניו־יאָרקער אַדרעסן‟ (דערציילונגען); דאָס לעצטע בוך פּאָעזיע זײַנס „דער פֿינפֿטער זמן‟ איז דערשינען אין 2008. פֿײַן איז אויך אַקטיוו געזעלשאַפֿטלעך אין דער ייִדישער קולטור־וועלט און צוזאַמען מיט ד״ר בערל זומאָף דינט ווי קאָ־פּרעזידענט פֿונעם „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟.

אין אַלע שאַפֿונגען פֿון יאָני פֿײַן, סײַ אין דער קונסט, סײַ אין דער פּאָעזיע, פֿילט מען פֿײַנס שטאַרקע עמאָציע, אַ לײַדנשאַפֿטלעכע רעאַקציע אויפֿן לעבן און אויף דער וועלט אַרום אים.

מיר ווינטשן אים נאָך שאַפֿערישע יאָרן ביז 120!



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.