מאַנשאַפֿט ווערט באַערט פֿאַר חסד־אַרבעט

Team Is Recognized for Devoted Volunteerism

האָפֿמאַן ווײַזט אַן אוגאַנדער פֿרוי ווי צו שפּילן אין „קלאַסן‟ (hopscotch), בעת דעם וויזיט אין אוגאַנדע אין יאַנואַר 2012
Ed Conway
האָפֿמאַן ווײַזט אַן אוגאַנדער פֿרוי ווי צו שפּילן אין „קלאַסן‟ (hopscotch), בעת דעם וויזיט אין אוגאַנדע אין יאַנואַר 2012

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published June 07, 2013, issue of July 05, 2013.
דער קאַנאַדער גענעראַל־גובערנאַטאָר דייוויד דזשאָנסאָן גיט רות האָפֿמאַן די פּרעמיע, דעם 3טן יוני 2013
Sgt Ronald Duchesne, Rideau Hall
דער קאַנאַדער גענעראַל־גובערנאַטאָר דייוויד דזשאָנסאָן גיט רות האָפֿמאַן די פּרעמיע, דעם 3טן יוני 2013

די וואָך האָט די „ליטל ליג‟ (בייסבאָל־מאַנשאַפֿט פֿאַר קינדער) פֿון לענגלי, אַ שטאָט אין וואַנקוּווער, קאַנאַדע, געוווּנען די אָנגעזעענע Canadian Caring Award (די קאַנאַדער גוטסקייט־פּרעמיע) — און אַלץ אַ דאַנק דער וויזיע פֿון אַן אָרטיקער ייִדישער אײַנוווינערין, רות האָפֿמאַן.

זייער אויפֿטו: פֿאַראַיאָרן איז זייער מאַנשאַפֿט געפֿאָרן קיין אוגאַנדע צו שפּילן קעגן דער אָרטיקער „ליטל ליג‟ מאַנשאַפֿט, און דערבײַ אויך ממשותדיק פֿאַרבעסערט דעם לעבן־סטאַנדאַרט פֿון די אָרעמע שפּילער.

ס׳רובֿ מענטשן באַטראַכטן בייסבאָל ווי אַ ריין־אַמעריקאַנער ספּאָרט אָבער אין דער אמתן איז דער ספּאָרט הײַנט שטאַרק באַליבט אין אַ סך ערטער איבער דער וועלט, אַרײַנגערעכנט יאַפּאַן, פּוילן, און אַ צאָל אַפֿריקאַנער און מיטל־מיזרחדיקע לענדער.

די געשיכטע וועגן דעם „ליטל־ליג‟־מאַטש צווישן לענגלי און אוגאַנדע האָט זיך אָנגעהויבן זומער 2011, ווען די אוגאַנדער מאַנשאַפֿט האָט דערגרייכט אַ הויכע פּאָזיציע אין דער אינטערנאַציאָנאַלער „ליטל ליג‟, און דערבײַ באַקומען דאָס רעכט צו קאָנקורירן אין דער „ווערלד סיריס‟ (וועלט־מײַסטערשאַפֿט) אין פּענסילווייניע. דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס אַן אַפֿריקאַנער לאַנד האָט פֿאַרדינט אַזאַ כּבֿוד. פֿאַר די אָרעמע 11־12 יאָריקע ייִנגלעך איז דאָס געווען די רעאַליזירונג פֿון אַ חלום.

אַן אוגאַנדער שפּילער ווײַזט וואָס ער קען, בעת דעם מאַטש אין אוגאַנדע
Hubert Kang
אַן אוגאַנדער שפּילער ווײַזט וואָס ער קען, בעת דעם מאַטש אין אוגאַנדע

זייער חלום איז אָבער צעשמעטערט געוואָרן, ווען דער אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט האָט געמוזט אָפּוואַרפֿן זייערע וויזעס, צוליב אומפּינקטלעכקייטן וועגן די געבוירן־טעג פֿון די קינדער. ווי אַ פּויל־יוצא האָבן די שפּילער געמוזט בלײַבן אין דער היים און זיך צוקוקן אויף טעלעוויזיע, ווי סאַודיע — די מאַנשאַפֿט וואָס זיי האָבן געהאַט באַזיגט — האָט איצט געשפּילט אויף זייער אָרט.

„עס טוט וויי צו ווייסן, אַז מיר האָבן געזאָלט דאָרט שפּילן,‟ האָט באַמערקט קיריאַ אַראָן דזשייקאָב, אַ טרענירער פֿון דער אוגאַנדער מאַנשאַפֿט, בעת אַן אינטערוויו מיט דער „ניו־יאָרק טײַמס‟. „אָבער אין האַרצן ווייס איך, אַז מיר וועלן קריגן נאָך אַ געלעגנהייט.‟

ווען האָפֿמאַן, אַ געהילף־פֿינאַנץ־דירעקטאָרין אין דער מעדיצישער שול פֿונעם „אוניווערסיטעט פֿון בריטיש קאָלומביע‟ — און אויך אַ פֿאַרברענטע אָנהענגערין פֿון בייסבאָל — האָט געלייענט דעם אַרטיקל אין דער „טײַמס‟, איז איר האַרץ אויסגעגאַנגען פֿאַר די קינדער, און זי האָט זיך אונטערגענומען זיי צו העלפֿן.

בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט האָפֿמאַן דערציילט, אַז מיידלווײַז איז זי יאָרן לאַנג געווען אַקטיוו אין דער ציוניסטישער יוגנט־באַוועגונג „יאָנג דזשודעאַ‟, און זי האָט באַצייכנט איר מאַמע, אַ כּלל־טוערין בײַ „הדסה‟, ווי אַ מוסטער. „בײַ איר האָב איך זיך אויסגעלערנט, אַז דער איינציקער אופֿן מצליח צו זײַן אין אַ פּראָיעקט, איז אַרויסצוּווײַזן אַן איידעלע, אָבער כּסדרדיקע האַרטנעקיקייט.‟

די קאַנאַדער און אוגאַנדער קינדער באַקענען זיך
Hubert Kang
די קאַנאַדער און אוגאַנדער קינדער באַקענען זיך

האָפֿמאַן האָט אָנגעקלונגען דעם בירגער־מײַסטער פֿון לענגלי — איינע פֿון די מאַנשאַפֿטן, וואָס האָט אויך געהאָט דערגרייכט די „ווערלד סיריס‟ — און פֿאָרגעלייגט, אַז אפֿשר קען לענגלי פֿאַרבעטן די אוגאַנדער מאַנשאַפֿט קיין קאַנאַדע?

דעם בירגער־מײַסטער איז דער געדאַנק געפֿעלן געוואָרן, אָבער ווען האָפֿמאַן האָט זיך פֿאַרבונדן מיטן אוגאַנדער טרענירער דזשאָרדזש מוכאָבע, האָט מוכאָבע געהאַט אַ בעסערן געדאַנק: „די גרעסטע מתּנה פֿאַר אונדז וואָלט געווען ווען איר קענט ברענגען אײַערע שפּילער אַהער צו אונדז.‟

ווי גייט דאָס ווערטל: אויב מוחמד קען נישט קומען צום באַרג, זאָל דער באַרג קומען צו מוחמד…

האָפֿמאַן האָט מסכּים געווען, און אין גיכן געגרינדעט אַ פֿונדאַציע, Pearl of Africa Series, כּדי צו זאַמלען געלט צו ברענגען די לענגלי־מאַנשאַפֿט קיין אוגאַנדע. זי האָט זיך אויך פֿאַרבונדן מיט דזשיי שאַפּיראָ, אַן אַמעריקאַנער פֿילמאָגראַף, וועלכער האָט געהאַלטן אין מיטן מאַכן אַ דאָקומענטאַלן פֿילם וועגן בייסבאָל אין אוגאַנדע, Opposite Field (דאָס פֿעלד אַקעגן איבער). שאַפּיראָ איז אויך געפֿעלן געוואָרן האָפֿמאַנס געדאַנק. פּונקט דעמאָלט האָבן די טעלעוויזיע־סטאַציעס ABC און ESPN באַשטעלט בײַ שאַפּיראָ אַ קורצן ווידעאָ וועגן זײַן פֿילם־פּראָיעקט, צו ווײַזן בעת די „ווערלד סיריס‟. אינעם ווידעאָ האָט שאַפּיראָ שוין אויך דערמאָנט דעם פּלאַן צו זאַמלען געלט צו ברענגען די לענגלי־מאַנשאַפֿט קיין אוגאַנדע.

„דער אָפּרוף איז געווען אומגלייבלעך,‟ האָט האָפֿמאַן באַמערקט. „קינדער האָבן אונדז אָנגעקלונגען, זאָגנדיק: ׳נעם מײַן בייסבאָל־הענטשקע און שיק עס די קינדער אין אוגאַנדע׳.‟

האָפֿמאַן און שאַפּיראָ האָבן דערנאָך זיך פֿאַרבונדן מיט Right to Play, אַן אינטערנאַציאָנאַלע הומאַניטאַרע אָרגאַניזאַציע, וואָס פּרוּווט צו פֿאַרבעסערן דאָס געזונט און וווילזײַן פֿון אָרעמע קינדער איבער דער וועלט דורך אָרגאַניזירן פֿאַר זיי פֿאַרשידענע ספּאָרט־ און שפּיל־פּראָגראַמען.

„Right to Play איז געווען אַ געניאַלער שותּף פֿאַר אונדז,‟ האָט האָפֿמאַן באַטאָנט. „במשך פֿון בלויז דרײַ וואָכן האָבן זיי אָנגענומען אונדזער פֿאָרלייג, אָבער בלויז מיטן תּנאַי, אַז אונזערע פֿאָנדן זאָלן נישט בלויז גיין פֿאַרן מאַטש צווישן לענגלי און אוגאַנדע, אָבער אויך צו פֿאַרבעסערן די קוואַליטעט פֿון זייער לעבן בכלל. אַוודאי האָבן מיר מסכּים געווען, און מיר האָבן זיי געפֿרעגט: ׳ווי אַזוי פּינקטלעך קענען מיר העלפֿן?׳‟

Right to Play האָט געמאַכט דרײַ פֿאָרלייגן: ערשטנס, אַז מע זאָל פֿינאַנצירן די דערציִונג פֿון די יונגע בייסבאָליסטן אין אַ פּריוואַטער שול אויף דרײַ יאָר; צווייטנס — מע זאָל בויען פֿאַר זיי אַ לײַטיש בייסבאָל־פֿעלד, אַנשטאָט צו ניצן דעם שטויביקן, אָרעמען שטח ערד, וואָס זיי האָבן ביז דעמאָלט זיך געטיילט מיט די קריקעט־ און פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿטן; און דריטנס, אַז מע זאָל באַזאָרגן די שפּילער מיט גענוג געלט צו פֿאָרן מיטן אויטאָבוס צו די „ליטל־ליג‟־מאַטשן אין די אַנדערע שטעט פֿון אוגאַנדע.

אַ דאַנק דעם פּירסום (ווי אויך דער ברייטהאַרציקייט פֿון אַן אָקלעהאָמער נאַפֿט־מאַגנאַט, טרענט וואַרד, און אַ שפּילער פֿון די „פֿילאַדעלפֿיע פֿיליס‟ — דזשימי ראָלינס) האָט דער פּראָיעקט צום סוף געזאַמלט 155,000$, און דערבײַ דערגרייכט אַלע צילן: די עקסקורסיע קיין אוגאַנדע אין יאַנואַר 2012, אַ שפּאָגל־נײַ בייסבאָל־פֿעלד, אַ געראָטענע בילדונג פֿאַר די שפּילער, און מער ווי גענוג פֿאָרגעלט צו די אַנדערע מאַטשן.

האָפֿמאַן, וועלכע איז מיט איר משפּחה אויך געפֿאָרן אויף דעם וואָך־לאַנגן וויזיט קיין אוגאַנדע, זאָגט, אַז די איבערלעבונג איז געווען אויסערגעוויינטלעך. אַחוץ די לענגלי־שפּילער, זענען אויך מיטגעפֿאָרן אַ טייל פֿון זייערע עלטערן און עטלעכע באַוווּסטע בייסבאָל־שפּילער ווי דערעק לי, פֿון די „פּיטסבערג פּײַרעטס‟ און דזשימי ראָלינס, פֿון די „פֿילאַדעלפֿיע פֿיליס‟.

אַחוץ די פֿינף טעג פֿון מאַטשן, האָבן אַלע פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג אין אַ נאַציאָנאַלן פּאַרק און צוויי נעכט אין אַ האָטעל — אַ לוקסוס וואָס די אוגאַנדער קינדער האָבן זיך קיין מאָל נישט פֿאָרגעשטעלט.

„די אויסערגעוויינטלעכע געשיכטע פֿון גוטסקייט און ברייטהאַרציקייט רעפּרעזענטירט דאָס בעסטע פֿון אונדזער מדינה,‟ האָט דערקלערט דער גענעראַל־גטבערנאַטאר דייוויד דזשאָנסאָן בײַם פּרעזענטירן מאָנטיק די פּרעמיע.

פֿון איר זײַט איז האָפֿמאַן אויך שטאַרק צופֿרידן וועגן דעם וואָס דער פּראָיעקט האָט אויפֿגעטאָן פֿאַר די יונגע קאַנאַדער שפּילער. „די נסיעה האָט זיי געגעבן אַ געלעגנהייט צו זען וואָס דאָס מיינט צו לעבן מיט זייער ווייניק, און זיך צו דערוויסן, אַז אַפֿילו אַ קליינע גרופּע קאָן אויפֿטאָן געוואַלדיקע זאַכן.‟