אַהרונים און זלונים אין איינעם

Satmar Factions Protest Together

Yermi Brenner

פֿון ירמיה ברענער און פֿרימעט גאָלדבערגער (Forward)

Published June 10, 2013, issue of July 05, 2013.
אַ שילד אויף דער מאַניפֿעסטאַציע, וווּ עס שטייט: „די פֿרומע ייִדן וועלן מיט שטאָלץ זיצן אין תּפֿיסה, איידער זיך אָנשליסן אין דער ציוניסטישער אַרמיי‟
Yermi Brenner
אַ שילד אויף דער מאַניפֿעסטאַציע, וווּ עס שטייט: „די פֿרומע ייִדן וועלן מיט שטאָלץ זיצן אין תּפֿיסה, איידער זיך אָנשליסן אין דער ציוניסטישער אַרמיי‟

אין אַ זעלטענעם פֿאַל פֿון אַחדות, האָבן די צוויי קעמפֿנדיקע סאַטמערער פֿראַקציעס — די אַהרונים (די חסידים פֿון הרבֿ אַהרן טייטלבוים) און די זלונים (די אָנהענגער פֿון הרבֿ זלמן טייטלבוים) — זיך פֿאַרזאַמלט זונטיק, דעם 9טן יוני, אויף אַ ריזיקער מאַניפֿעסטאַציע אין דרום־מאַנהעטן, כּדי צו פּראָטעסטירן די באַמיִונגען פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג צו נעמען די ישיבֿה־בחורים אין מיליטער.

„זיי ווילן אונדזערע בחורים אַרויסנעמען פֿון די ישיבֿות!‟ האָט קעמפֿעריש דערקלערט דער רעדנער, הרבֿ יעקבֿ ווײַס, פֿון מאָנסי, נ״י, איבערן הילכער. „מיר זענען אַלע גרייט צו גיין אין רבי עקיבֿאס דרכים. אַז מיר וועלן דאַרפֿן זיצן, וועלן מיר זיצן. און ס׳וועט זײַן אשרנו מה טובֿ חלקנו!‟

לויט די אָרגאַניזירער, האָט די דעמאָנסטראַציע אין „פֿאָולי־סקווער‟ צוגעצויגן 30,000 מענטשן, כּמעט אַלע פֿון זיי — מאַנצבילן. אַנדערע האָבן געזאָגט, אַז די צאָל איז געווען נעענטער צו 20,000 מענטשן. די ניו־יאָרקער פּאָליציי האָט נישט איבערגעגעבן קיין ציפֿער.

די אָרגאַניזירער האָבן זיך באַמיט צו באַהאַלטן דעם אַנטי־ציוניסטישן עלעמענט פֿון דער סאַטמערער אידעאָלאָגיע, פֿאָקוסירנדיק בלויז אויף זייער בשותּפֿותדיקער אָפּאָזיציע צו די באַמיִונגען מצד דער ישׂראל־רעגירונג צו נעמען די חרדישע בחורים אין צה״ל.

עטלעכע מאָל בעת דער צוויי־שעהיקער מאַניפֿעסטאַציע, האָבן די רעדנער געבעטן די פֿאַרזאַמלטע אין עולם אַוועקצולייגן די שילדן, וואָס שטעלן זיך אַנטקעגן מדינת־ישׂראל בכלל. אין דרײַ פֿאַלן, האָבן געוויסע מענער ממש אַראָפּגעריסן די אַנטי־ציוניסטישע טראַנספּאַראַנטן פֿון זייערע מיט־דעמאָנטסראַנטן.

יעקבֿ שפּירא, אַ וואָרטזאָגער פֿאַר דער סאַטמערער קהילה, האָט געזאָגט, בעת אַן אינטערוויו מיטן Forward, אַז הגם ער איז אַליין אַן אַנטי־ציוניסט, איז דער ציל פֿון דער דעמאָנסטראַציע געווען — נישט דערלאָזן, מע זאָל שיקן די חרדישע יוגנט אין צה״ל, און דערבײַ ראַטעווען די ישׂראלדיקע ישיבֿות.

אָבער דער אַנטי־ציוניסטישער אונטערשטראָם האָט פֿאָרט געשטערט אַ טייל פֿון די דעמאָנסטראַנטן. אַ סירישער פֿרומער ייִד, וועלכער האָט געבעטן נישט אָנגעבן זײַן נאָמען, איז געקומען אויף דער מאַניפֿעסטאַציע ווײַל ער איז אויך קעגן דעם, אַז מע זאָל ווערבירן די ישׂראלדיקע ישיבֿה־בחורים אין מיליטער, אָבער די אַנטי־ציוניסטישע פּלאַקאַטן זענען אים געווען זייער נישט־ניחא.

„די מאַניפֿעסטאַציע איז נישט קעגן מדינת־ישׂראל, נאָר קעגן געוויסע מיטלגידער פֿון דער ישׂראלדיקער אַדמיניסטראַציע, ווי יאיר לפּיד, און זייערע נײַע געזעצן,‟ האָט ער באַמערקט.

לפּידס פּאַרטיי „יש עתּיד‟ איז געקומען אויפֿן צווייטן אָרט אין די אָקערשטיקע כּנסת־וואַלן, נאָכן צוזאָגן, אַז די ריגירונג וועט זיך באַמיִען אײַנצופֿירן אַ געזעץ, וואָס וועט דערמעגלעכן דאָס אַרײַננעמען די חרדישע בחורים אין צה״ל, כּדי זיי זאָלן זיך אויך טיילן מיטן „עול‟ פֿון דינען אין מיליטער. דעם 29סטן מײַ האָט אַ כּנסת־קאָמיטעט מסכּים געווען צונויפֿצושטעלן אַזאַ געזעץ־פּראָיעקט, וואָס וואָלט געצוווּנגען ס‘רובֿ חרדישע מענער צו דינען אין צה״ל און וואָלט באַשטראָפֿט די, וועלכע דרייען זיך אַרויס דערפֿון.

נאָך איידער ס׳האָט זיך אָנגעהויבן די מאַניפֿעסטאַציע, האָט דער „אַמעריקאַנער רבנים־ראַט‟ (RCA), זי פֿאַרדאַמט, זאָגנדיק, אַז ס׳איז אַן אַנטי־ישׂראלדיקע דעמאָנסטראַציע. הרבֿ מאַרק דרעטש, דער עקזעקוטיוו־וויצע־פּרעזידענט פֿון דער RCA, האָט זיך געוואָנדן צו אַלע ייִדן — סײַ די אָרטאָדאָקסישע, סײַ די אַנדערע — „אַרויסצוּווײַזן זייער איבערגעגעבנקייט צו דער ייִדישער מדינה, אַפֿילו ווען זיי זענען נישט מסכּים מיט געוויסע שטעלונגען פֿון איר רעגירונג, ווײַל אַזוי פֿירט זיך אין אַלע אמת־דעמאָקראַטישע לענדער.‟