פּוטינס גט

Putin’s Divorce

וולאַדימיר פּוטין מיט זײַן ווײַב, לודמילאַ (רעכטס) און זײַן חבֿרטע, אַלינאַ קאַבאַיעוואַ (לינקס)
וולאַדימיר פּוטין מיט זײַן ווײַב, לודמילאַ (רעכטס) און זײַן חבֿרטע, אַלינאַ קאַבאַיעוואַ (לינקס)

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published June 11, 2013, issue of July 05, 2013.

דער אַלטיסט און דיריגענט יורי באַשמעט איז צווישן די פֿילצאָליקע ייִדן, וואָס פֿאַרנעמען וויכטיקע פּאָזיציעס אין דער הײַנטיקער רוסישער וועלט פֿון קונסט. אַ סך פֿון זיי האָבן זיך געשמדט — אַזאַ מאָדע איז דאָרטן. איך ווייס ניט, צי באַשמעט איז אויך געוואָרן אַ קריסט, אָבער לעצטנס, צו זײַן 60סטן יובֿל, האָט ער באַקומען פֿון די הענט פֿונעם פּאַטריאַרך פֿון דער רוסישער קירך אַן אָרדען, וואָס טראָגן דעם נאָמען פֿון אַ פּראַוואָסלאַוונעם הייליקן.

דאָס איז גאָר ניט די ערשטע באַלוינונג אין באַשמעטס לעבן; ער האָט באַקומען אויך מלוכישע אָרדענס און פּרעמיעס בפֿרט נאָך, אַז דער מוזיקער איז באַקאַנט ווי אַ הייסער אָנהענגער פֿון דעם פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין. אַזוי אַז עס איז, אַ פּנים, ניט צופֿעליק וואָס דווקא אונטער דער מוזיק פֿון טשעזאַרע פּונינס באַלעט „עסמעראַלדאַ‟, אין דער אויספֿירונג פֿון באַשמעטס אָרקעסטער „נײַ רוסלאַנד‟, איז געשען אַ היסטאָרישער אַקט — די פּוטינס האָבן בעת דער הפֿסקה, גלײַך ווי על-פּי צופֿאַל, מודיע געווען, אַז זיי האָבן באַשלאָסן זיך צו גטן. זיי זײַנען אַוועק בעת דער הפֿסקה, ניט פֿאַרענדיקן צו קוקן ווי עס אַנטוויקלט זיך דער באַלעט, באַזירט אויף וויקטאָר הוגאָס Notre-Dame de Paris (מע קען דעם ראָמאַן, אַגבֿ, לייענען אויף ייִדיש אין דעם נסתּרס איבערזעצונג).

וועגן דעם, אַז די פּוטינס, וולאַדימיר און לודמילאַ, זײַנען שוין, פֿאַקטיש, ניט קיין מאַן און ווײַב, האָט מען גערעדט פֿון לאַנג. די לעצטע יאָרן פֿלעגט לודמילאַ זיך כּמעט ניט באַווײַזן פֿאַר אַן עולם. עס זײַנען אַרומגעגאַנגען קלאַנגען, אַז זי איז אַוועק אין אַ מאָנאַסטיר, וואָס געפֿינט זיך ניט ווײַט פֿון דער שטאָט פּסקאָוו. אָבער ביז דאָנערשטיק (ווען לודמילאַ האָט לחלוטין ניט אויסגעזען ווי אַ מאָנאַשקע), איז קיין פֿאַרלאָזלעכע אינפֿאָרמאַציע ניט אַרויס פֿון די העכסט־איזאָלירטע ווענט אַרום פּוטינען. אים, אַ געוועזענעם סאָוועטישן שפּיאָנאַזש-אָפֿיציר, האָט זיך גוט אײַנגעגעבן אויסצובאַהאַלטן סודות פֿון זײַן משפּחה-לעבן. ביזן הײַנטיקן טאָג איז דאָך ניט באַוווּסט, וווּ עס געפֿינען זיך זײַנע צוויי טעכטער און ווי זעען זיי אויס. פּוטין טענהט, אַז ביידע טעכטער האָבן באַקומען זייער בילדונג אין רוסלאַנד און וווינען שטענדיק אין לאַנד. דאָס איז אַלץ, וואָס איז אָפֿיציעל וועגן זיי באַוווּסט.

בינו-לבינו, גייען שוין פֿון לאַנג אַרום פּליאָטקעס וועגן וולאַדימיר פּוטינס ראָמאַן מיט דער געוועזענער באַוווּסטער גימנאַסטקע אַלינאַ קאַבאַיעוואַ (זי איז אויך אַ דעפּוטאַט אין דעם רוסישן פּאַרלאַמענט), וואָס איז מער ווי צוויי מאָל ייִנגער פֿון אים. מע זאָגט, אַז די דאָזיקע שיינע פֿרוי האָט געהאַט צוויי קינדער, און דער פֿאָטער זייערער איז דער רוסישער פּרעזידענט. וועגן דער פֿאַרבינדונג צווישן פּוטינען און קאַבאַיעוואַ האָט נאָך מיט פֿינף יאָר צוריק דערציילט די צײַטונג „מאָסקאָווסקי קאָרעספּאָנדענט‟, וועלכע האָט זיך גלײַך נאָך דער דאָזיקער סענסאַציאָנעלער פּובליקאַציע (צופֿעליק?) פֿאַרמאַכט.

אין דער געשיכטע פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און רוסלאַנד איז עס דער ערשטער פֿאַל, ווען דער פֿירער פֿונעם לאַנד אַנאָנסירט אַ גט. בײַ לענינען איז געווען אַ קאָכאַנקע, אינעסאַ אַרמאַנד, אָבער נאַדעזשדאַ קרופּסקאַיאַ איז סײַ-ווי-סײַ פֿאַרבליבן זײַן ווײַב און דערנאָך איז זי געוואָרן זײַן אָפֿיציעלע אַלמנה.

סטאַלינס פֿרוי נאַדעזשדאַ אַלילועוואַ האָט זיך גענומען דאָס לעבן אין יאָר 1932, און ער האָט קיין אַנדער ווײַב דערנאָך ניט געהאַט. סײַ סטאַלין און סײַ כרושטשאָוו האָבן געהאַט ערשטע ווײַבער נאָך איידער זיי זײַנען געקומען צום מלוכישן רודער, אָבער דאָס איז אַן אַנדער מעשׂה. וועגן ברעזשנעוון האָט מען דערציילט, אַז ער איז געווען אַ ווײַבערניק, אָבער פֿון זײַן ווײַב איז ער קיין מאָל ניט אַוועק.

לצים האָבן זיך, פֿאַרשטייט זיך, גלײַך צוגעכאַפּט צו דער פֿרישער נײַעס וועגן פּוטינס גט. באַזונדערס אַ סך חכמות, שאַרפֿע און פֿלאַכע, זײַנען פֿאַרבונדן מיט דעם פֿאַקט, וואָס די פּוטינס האָבן עס אַנאָנסירט בעת אַ באַלעט. אייניקע זאָגן, אַז פֿרויען וועלן איצט האָבן מורא צו גיין אויף באַלעט מיט זייערע מענער. מע האָט זיך גלײַך דערמאָנט, אַז אין דער סאָוועטישער געשיכטע זײַנען מיט באַלעט פֿאַרבונדן כּלערליי דראַמאַטישע, טראַגישע געשעענישן. אַ באַלעט האָט מען געוויזן אויף דער טעלעוויזיע בשעת דער איבערקערעניש אין אויגוסט 1991, ווען מע האָט געפּרוּווט אַראָפּצוּוואַרפֿן מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוון. און אַ באַלעט פֿלעגט מען דרייען אין די אָפֿיציעלע טרויער-טעג, ווען ס‘איז, אַ שטייגער, ברעזשנעוו געשטאָרבן.

וועלן מיר זען, וואָס וועט געשען ווײַטער, נאָך דעם „באַלעט-גט‟. אפֿשר וועט זיך אַנטפּלעקן, אַז פּוטין האָט שוין טאַקע אַן אַנדער פֿרוי. דאָס איז זײַן לעצטער פּרעזידענטישער טערמין און ער קען זיך פֿאַרגינען אַזעלכע זאַכן, וועלכע פֿריִער וואָלטן געקענט אָפּשוואַכן זײַנע שאַנסן בעת די וואַלן.