באַקעמפֿן שׂינאה אויף אינטערנעץ

Curbing Online Hate

אייבראַהאַם פֿאַקסמאַן (לינקס) און קריסטאָפֿער וואָלף, די מיט־מחברים פֿון Viral Hate, בײַ דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון דער „איי־די־על‟, דעם 29סטן אַפּריל, אין וואַשינגטאָן
David Karp
אייבראַהאַם פֿאַקסמאַן (לינקס) און קריסטאָפֿער וואָלף, די מיט־מחברים פֿון Viral Hate, בײַ דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון דער „איי־די־על‟, דעם 29סטן אַפּריל, אין וואַשינגטאָן

פֿון ראָן קאַמפּעאַס (ייִט״אַ)

Published June 12, 2013, issue of July 05, 2013.

אין זײַן נײַ בוך, Viral Hate (שׂינאה איבער דער אינטערנעץ), ראַנגלט זיך אייבראַהאַם פֿאַקסמאַן מיט דער קשיא, ווי אַזוי צו באַקעמפֿן דעם אַנטיסעמיטיזם, ראַסיזם און אַנדערע מינים שׂינאה־רייד, וואָס פֿאַרשפּרייט זיך ווי ווילד־שׂרפֿות איבער דער אינטערנעץ?

בעת אַן אינטערוויו, האָט פֿאַקסמאַן אויסגעדריקט זײַן פֿרוסטרירונג מיט די אינטערנעץ־עקספּערטן אין פּאַלאָ־אַלטאָ, קאַליפֿאָרניע: „זיי האָבן אַנטוויקלט אַ טעכנאָלאָגיע, וואָס האָט גרויסע מעלות, אָבער זי האָט, נישט־וועלנדיק, אויך געשאַפֿן נעגאַטיווע רעזולטאַטן.‟

פֿון דער אַנדערער זײַט, דאַרף דער ברייטער עולם נישט זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט, לייגט פֿאַקסמאַן פֿאָר אינעם בוך, וואָס ער האָט געשריבן מיטן פּריוואַטקייט־אַדוואָקאַט, קריסטאָפֿער וואָלף. די מחברים ברענגען, ווי אַ בײַשפּיל, די געשיכטע מיט JuicyCampus — אַ פּליאָטקע־וועבזײַט, געגרינדעט אין 2007, וואָס איז אין גיכן געוואָרן אַן אָרט פֿון שׂינאה־רייד קעגן פֿרויען און מינאָריטעטן. הגם אַ דעקלאַראַציע אויף דער וועבזײַט האָט פֿאַרווערט „אומלעגאַלע, דראָענדיקע, ניבֿול־פּהיקע רייד‟, האָבן ווייניק באַטייליקטע געפֿאָלגט די תּקנות.

די אַדמיניסטראַטאָרן פֿון „פּעפּערדין־אוניווערסיטעט‟ אין דרום־קאַליפֿאָרניע — איינע פֿון זיבן שולן, וואָס די וועבזײַט האָט „באַרעדט‟ — האָבן געהאַט שוועריקייטן צו פֿאַרווערן די שׂינאה־דערקלערונגען צוליב דעם ענין וואָרט־פֿרײַהייט.

אָבער דערנאָך האָט אַ סטודענט אין „פּעפּערדין‟, אַ קריסטלעכע שול, געגרינדעט אַ קאַמפּאַניע קעגן דער וועבזײַט. די קאַמפּאַניע האָט זיך שטאַרק פֿאַרשפּרייט; די פֿירמעס, וואָס האָבן דאָרט פֿריִער געשטעלט רעקלאַמעס, האָבן איבערגעריסן די באַציִונגען מיט זיי, און אין פֿעברואַר 2009 האָט זיך די זײַט געשלאָסן.

פֿאַקסמאַן און וואָלף טענהן, אַז די שולן דאַרפֿן הײַנט לערנען די תּלמידים אויסצוזוכן די פֿאַרלאָזלעכע אינפֿאָרמאַציע־קוואַלן אויף דער אינטערנעץ, און די עלטערן דאַרפֿן מוטיקן זייערע קינדער ווי זיך צו פֿירן לײַטיש אויף דער אינטערנעץ.

די סאָציאַלע מעדיאַ־קוואַלן, ווי „פֿייסבוק‟, און די צושטעלער פֿון אינטערנעץ־דינסט דאַרפֿן מאַכן גרינגער פֿאַרן עולם צו לאָזן וויסן וועגן שׂינאה־דערקלערונגען אויף דער אינטערנעץ. אין „יו־טוב‟, למשל, איז עס זייער גרינג: מע דאַרף נאָר קוועטשטן אויפֿן בילד פֿון אַ פֿאָן (דאָס ענגלישע וואָרט flag מיינט אויך „וואָרענונג‟). בײַ אַנדערע מעדיאַ־קוואַלן איז די פּראָצעדור צו אינפֿאָרמירן זיי וועגן שׂינאה־רייד אַ סך מער קאָמפּליצירט.

שטעלט זיך די פֿראַגע: וואָס איז די ראָלע פֿון דער „איי־די־על‟ הײַנט? דניאל סיעראַדסקי, אַ ייִדישער אַקטיוויסט און עקספּערט פֿון דער דיגיטאַלישער מעדיאַ, זאָגט, אַז די „איי־די־על‟ פֿאַרלאָזט זיך צו אָפֿט אויף עמאָציאָנעלע קאַמפּאַניעס — אַ זאַך, וואָס איז פֿרעמד די יוגנטלעכע אינטערנעץ־ניצער.

„זיי וואָלטן געדאַרפֿט אַטאַקירן די שׂינאה־רייד דורך לאָגיק און פֿאַקטן, נישט נאָר מיט עמאָציעס,‟ האָט סיעראַדסקי דערקלערט.

אינעם אינטערוויו האָט פֿאַקסמאַן באַשטעטיקט, אַז די ריזיקע פֿאַרשפּרייטקייט און אַנאָנימקייט פֿון שׂינאה אויף דער אינטערנעץ מאַכט עס זייער שווער צו באַקעמפֿן. „די אַנאָנימקייט דערמאָנט אין די מאַסקעס וואָס די ׳קו־קלאָקס־קלען׳ פֿלעגט טראָגן ביז די 1950ער יאָרן,‟ האָט פֿאַקסמאַן געזאָגט. „אַמאָל, ווען איינער האָט געשריבן אַ פֿײַנטלעכן בריוו אין דער רעדאַקציע, האָט די צײַטונג געקאָנט אויסגעפֿינען ווער ער איז. הײַנט אויף דער אינטערנעץ קען יעדער בריוו־שרײַבער באַהאַלטן זײַן אידענטיטעט.‟

יאָרן לאַנג האָט די „איי־די־על‟ געפּרוּווט איבערצײַגן „גוגל‟ צו ענדערן דעם סדר פֿון די וועבזײַטן, וואָס ניצן דאָס וואָרט Jew, ווײַל איינע פֿון די ערשטע זײַטן וואָס באַווײַזן זיך, ווען אַ מענטש זוכט דאָס וואָרט Jew איז Jew Watch, אַן אַנטיסעמיטישע זײַט. „גוגל‟ האָט מסכּים געווען צוצוגעבן צו דער באַשרײַבונג פֿון Jew Watch, אַז „גוגל‟ שטיצט נישט די מיינונגען, וואָס ווערן דאָרט אויסגעדריקט. „גוגל‟ האָט אָבער דערקלערט, אַז די סיבה פֿאַר וואָס די אַנטיסעמיטישע זײַט פֿיגורירט הויך אויף דער רשימה איז, ווײַל דאָס וואָרט Jew ווערט אָפֿט געניצט ווי אַ באַליידיקונג. אַ מער נייטראַל וואָרט איז Jewish אָדער Jewish people.

„די אינטערנעץ־צושטעלער ווילן נישט אײַנפֿירן קיין רעגולאַציעס,‟ האָט פֿאַקסמאַן געזאָגט. „אָבער מיר האַלטן, אַז זיי דאַרפֿן יאָ אָננעמען מער אַחריות אין די זאַכן.‟