וווּ האַלטן מיר מיטן ייִדישן טעאַטער?

What Is the State of Yiddish Theater?


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published June 12, 2013, issue of July 05, 2013.

קודם, רעדט זיך דאָ וועגן רעצענזירן אַ פּיעסע סײַ וואָס ווערט אויפֿגעפֿירט אויף ייִדיש און סײַ אויף ענגליש אין אַן אַנגלאָ־ייִדישן טעאַטער. איז די מעשׂה אַזאַ. ס’ווענדט זיך וואָס און ס׳ווענדט זיך ווען, און ס’ווענדט זיך ווער.

מיטן ס’ווענדט זיך וואָס, האָט עס צו טאָן מיטן אָפּקלײַב פֿון מאַטעריאַל. איז די פֿראַגע, אין וואָסערע הענט שטייט אײַן דער אָפּקלײַב? פֿאַראַן, ווען דער אָפּקלײַבער ווייסט נישט דעם חילוק צווישן אַ קלאַסיש ווערק און אַ גראַם־שטראַם־מאַך מיר אַ לעטניק? דאָס ווענדט זיך אינעם אַרטיסטישן דירעקטאָר, וועלכער מוז זײַן באַקאַנט מיטן ייִדישן טעאַטער־רעפּערטואַר, אָדער האָבן אַ נאָז וואָס קען זיך אויס אויף גוטער סחורה, דערשנאַפּן אַן איבערזעצונג פֿון אַנדערע שפּראַכן, וואָס איז צוגעפּאַסט צום הײַנטיקן עולם.

און אַן אַנדער זאַך, מיטן ציל נישט נאָר צופּאַסן דעם מאַטעריאַל צום צושויער, אָדער איבערדערציען דעם עולם — און אײַנשטעלן מיט אַן אַרטיסטיש ווערק אַזוינס, וואָס מ’קען זיך דערמיט נישט קרעקן, נאָר פֿאַרקערט, ווערן אָפּגעשאַצט לויט נײַע אינאָוואַציעס און קוואַליטעט.

פֿאַר אַ רעצענזענט וואָס קען זיך אויף ייִדיש טעאַטער, שטייט אַ גרויסע דילעמע. אויב עס טויג נישט, טאָר מען עס נישט רעצענזירן, ווײַל מ’שטעלט אין געפֿאַר די קרישקעס וואָס זײַנען אונדז פֿאַרבליבן; עס ברענגט קיינעם נישט קיין נוצן. פֿאַלשעוועט מען, און מ’לויבט די פּיעסע, איז עס גלאַט אַ לאָך אין דער השׂכּלה, מ’פֿירט אַראָפּ פֿון וועג דעם לייענער. און אַז מ’פֿ?אַרשווײַגט, קען עס אַזוי אָנגיין ביז גסיסה.

דער הײַנטיקער ייִדישער טעאַטער־עולם איז נישט באַקאַנט מיט אונדזער טעאַטער־קאַטאַלאָג, מוז מען אָנשטעלן אַ קענער, אַ פֿאַרלאָזלעכן פּאַרשוין, נישט גלאַט כאַפּ־לאַפּ, ווען מ’גרייט זיך צו דער עפֿענונג. נישט נאָר דאָס, אויב די “ניו־יאָרק טײַמס” אָדער אַן אַנדער אַמעריקאַנער טעאַטער— קריטיקער, קומט זען, לאָמיר זאָגן, מאַנגערס מוזיקאַלישע „מגילה,‟ בלײַבט דער ויזתא זיצן מיט דער צונג אין דרויסן, קראַצט זיך די ליסינע און טראַכט:

“ווער איז דער מעינדזשער ווער? און וואָס איז פּורים? און וואָס פֿרייען זיך אַזוי די ייִדן מיט דער מגילה?” אסור, צי עס איז פֿאַרבליבן אין דער הײַנטיקער ענגלישער פּרעסע עמעצער וואָס פֿאַרשטייט זיך אײַן אינעם ייִדישן טעאַטער.

און דאָ קום איך צום אַנגלאָ־ייִדישן טעאַטער וווּ מ’שפּילט אויף ענגליש אויף אַ ייִדישער טעמע, בדרך־כּלל אַ הײַנטיקע פּיעסע, מיט אַ ייִדישן סוזשעט, וווּ די העלדן זײַנען ס’רוב גײַסטיק פֿאַרקריפּלט צוליב דער מאַמען, דעם טאַטן אָדער דעם הײליקן גײַסט. דער עיקר, דער עולם אידענטיפֿיצירט זיך מיט זיי, מאַכט חוזק, לאַכט און האָט הנאה.

די צרה איז, אַז די ייִדישע גאַס אין אַמעריקע איז אויף אַזוי פֿיל פֿאַרגרעבט, כאָטש אַז מ’וויל זײַן עלעגאַנט, זאָגט מען אַסימילירט, נייטיקן זיי זיך נישט אין זייערס אַן אייגענעם קונסט־טעאַטער. זיי האָבן אָנגעוווירן דעם ייִדישן פּולס; זיי פּאַסמאַקעווען זיך מיטן אַמעריקאַנעם שונד, מיוזיקלס, וואָדעוויל קאָמעדיאַנטישע שטיק, ביליקע סחורה — זײַנען זיי צופֿרידן.

און צום סוף, לאָמיך אײַך שטעלן אַזאַ פֿראָגעלע, איז אַמאָל טאַקע געווען אַ גינסטיקע צײַט, אַ גינציק אָרט און אַ גינציקער עולם פֿאַרן ייִדישן טעאַטער? אויב עס איז געווע אַן אָרט, איז עס נישט געווען די צײַט, און אויב עס איז נישט געווען די צײַט, האָט אויסגעפֿעלט דער עולם, און אַז מיר האָבן שוין יאָ געהאַט דעם צושויער, האָבן אויסגעפֿעלט מזומנים, אַקטיאָרן, און אַזוי אָן אַ סוף.

נעמט די „הבימ,”: זי האָט זיך פֿאָרמירט אין אַ צײַט פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, קודם אין ביאַליסטאָק, נאַכער אין מאָסקווע. עס האָט אויסגעפֿעלט געלט, עס האָט געפֿעלט דער עולם וואָס פֿאַרשטייט העברעיִש, אַקטיאָרן וואָס קענען העברעיִש. זיי האָט געפֿעלט אַן אייגן ווינקל, און דערצו איז די דרוֹיסנדיקע וועלט געווען אַכזריותדיק. זיי זײַנען אָבער געווען פֿול מיט אידעאַליזם, וויזיע, ענטוזיאַזם, אינספּיראַציע פֿאַראייניקט אין אַ גײַסטיקער אַספּיראַציע. זייער ציל איז געווען אַרײַנאָטעמען אַ רוח־נפֿשי אין אַלטע פֿאָלקס־מעשיות, אין דער ייִדישער געשיכטע וואָס צו איר איז נישטאָ קיין גלײַכן, אָבער צום אַלעם ערשטן, מוז מען געפֿינען אַן אייגענעם זינען פֿון זײַן, פֿון יש, אונדזער אייגענעם געשטאַלט אין זיך.

ייִדיש טעאַטער אויף ייִדיש איז אַ נאַציאָנאַלע התחײַבֿות און פֿליכט, מיט אַ שליחות פֿון קינסטלערישן בליק, שאַפֿן אַ היים פֿאַרן ייִדישן דראַמאַטורג און אויסשולן אייגענע קינסטלערישע כּוחות; מיט איין וואָרט, מ’האָט איבערגעלעבט צוויי וועלט־מלחמות, מיט אַ שלל אין אייגענעם לאַנד, זײַנען מיר מחויבֿ אויפֿשטעלן אַן אייגענעם ייִדישן טעאַטער, וואָס וועט אָפּשפּיגלען אונדזער ייִדישן מהות, מיטן באַדינג, אַז מע זאָל אויפֿצוהערן זאָגן קדיש נאָך אונדז.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.