זעקס חדשים אין 1945 און ווײַטער...

Six Months in 1945, Lasting Till 1989

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published June 13, 2013, issue of July 05, 2013.

די הײַנטיקע פּאָליטישע װעלט־מאַפּע איז אַ פּועל־יוצא פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה. צום גרעסטן טײל איז זי אױסגעפֿורעמט געװאָרן אין משך פֿונעם לעצטן האַלב־יאָר פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, צװישן דער יאַלטע־קאָנפֿערענץ אין פֿעברואַר און דער באָמבאַרדירונג פֿון כיראָשימאַ און נאַגאַסאַקי אין אױגוסט 1945. די געשיכטע פֿונעם גורלדיקן משׂא־ומתן צװישן די דרײַ „גרױסע מאַכטן‟ — סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, גרױס־בריטאַניע און די פֿאַראײניקטע שטאַטן — װערט דראַמאַטיש און לעבעדיק רעקאָנסטרויִרט אינעם בוך פֿונעם אַמעריקאַנער היסטאָריקער און זשורנאַליסט מײַקל דאָבס, באַטיטלט „זעקס חדשים אין 1945: פֿון דער װעלט־מלחמה צו דער קאַלטער מלחמה‟.

דאָס בוך איז פֿול געפּאַקט מיט אינטערעסאַנטע פּרטים, װאָס מאַכן דערפֿון אַ געשפּאַנטע לעקטור. די דרײַ הױפּט־העלדן, רוזװעלט, סטאַלין און טשערטשיל ראַנגלען זיך פֿאַר דער שליטה איבער דער װעלט, יעדער אײנער אױף זײַן שטײגער און אין זײַן סטיל. רוזװעלט, וואָס האַלט בײַם שטאַרבן, שטרענגט אָן זײַנע לעצטע כּוחות, כּדי אַרױסצופֿירן אַמעריקע אױף דער שפּיץ־פּאָזיציע אין דער װעלט־פּאָליטיק און דערבײַ ניט נעמען אױף זיך דאָס אַחריות אױסצוהאַלטן די אײראָפּעיִשע װירטשאַפֿט. טשערטשיל, להיפּוך, ווייסט גוט, אַז די צײַט פֿון דער בריטישער אימפּעריע איז פֿאַרבײַ, און איז אױסן צו פֿאַרזיכערן אַ סטאַבילן און אָנגייענדיקן שלום פֿאַר זײַן אױסגעבלוטיקט לאַנד. און סטאַלין פֿאַרשטײט, אַז איצט קאָן ער, סוף־כּל־סוף, כאַפּן דעם גאָט פֿון װעלט־פּאָליטיק פֿאַר דער באָרד און פֿאַרשפּרײטן די גרענעצן פֿון זײַן מאַכט.

סטאַלין קומט אַרױס װי דער סאַמע שאַרפֿזיניקער און פֿיפֿיקער פּאָליטיקער פֿון דער „גרױסער טרױקע‟. ער האָט גוט געװוּסט, אַז רעדן און צוזאָגן קאָן מען װיפֿל מען װיל, אָבער דער עיקר איז — װאָס מען טוט. צום סוף פֿון דער מלחמה האָט דער סאָװעטן־פֿאַרבאַנד פֿאַרמאָגט די שטאַרקסטע אַרמײ אין דער װעלט, וואָס האָט קאָנטראָלירט אַ היפּשן שטח פֿונעם אײראָפּעיִשן קאָנטינענט. אַמעריקע און ענגלאַנד, פֿאַרקערט, האָבן פֿאַרמאָגט די שטאַרקסטע מיליטערישע אַװיאַציע, װאָס איז געװען בכּוח אָפּצוּווישן גאַנצע שטעט. דער ציל פֿון באָמבאַרדירן די שטאָט דרעזדען איז געווען צו דעמאָנסטרירן סטאַלינען די מאַכט פֿון דער דאָזיקער קראַפֿט.

דער פּאָליטיש־מיליטערישער גלײַכגעװיכט איז צעשטערט געװאָרן צו דער צײַט פֿון דער פּאָטסדאַמער קאָנפֿערענץ אין יולי 1945, װען די אַמעריקאַנער האָבן אױפֿגעריסן די ערשטע אַטאָם־באָמבע. דער נײַער פּרעזידענט טרומאַן האָט זיך שױן ניט גענײטיקט אין סטאַלינס הילף אין דער מלחמה קעגן יאַפּאַן, אָבער סטאַלינס ציל איז געװען צוריקצובאַקומען די טעריטאָריעס, װאָס רוסלאַנד האָט פֿאַרלױרן בעת דער מלחמה מיט יאַפּאַן אין 1904. אַזױ איז אַנטשטאַנען דער נײַער ברען־צענטער פֿון דער קאַלטער מלחמה אין מיזרח־אַזיע. די מעלדונג װעגן דער באָמבאַרדירונג פֿון כיראָשימאַ איז ניט געװען צװישן די װיכטיקסטע נײַעס אין די סאָװעטישע צײַטונגען, אָבער אַ סך מענטשן האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז דער אָנהײב פֿון אַ נײַער תּקופֿה.

„זעקס חדשים אין 1945‟ ברענגט צום סוף די טרילאָגיע װעגן דער קאַלטער מלחמה, װאָס מײַקל דאָבס האָט געשריבן אין משך פֿון לאַנגע יאָרן. די צװײ ערשטע טײלן באַהאַנדלען דעם סוף און דעם שפּיצפּונקט פֿון יענער תּקופֿה: די צעשטערונג פֿון דער בערלינער װאַנט און דעם קובאַנער ראַקעטן־קריזיס. ערשט נאָך דעם קערט זיך דער מחבר אום צום אױסגאַנג־פּונקט. ער האַלט, אַז די װאָרצלען פֿון אַלע שפּעטערע געשעענישן ליגן דװקא אין אָט די גורלדיקע זעקס חדשים פֿון 1945, װען די אָנפֿירער פֿון אַמעריקע, סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און בריטאַניע האָּבן זיך געטראָפֿן אין יאַלטע און פּאָטסדאַם, כּדי צו באַשליסן די צוקונפֿט פֿון דער װעלט.

דער װיכטיקסטער פּועל־יוצא פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה איז געװען דער אױפֿקום פֿון צװײ נײַע קעגנערישע געאָ־פּאָליטישע כּוחות, אַמעריקע און סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, און די ירידה פֿון דער בריטאַנישער אימפּעריע. אַזאַ מין אַנטװיקלונג איז פֿאָרױסגעזען געװאָרן מער װי מיט אַ הונדערט יאָר פֿריִער דורך דעם פֿראַנצױזישן היסטאָריקער אַלעקסיס דע טאָקװיל.

און אין זײַנע לעצטע טעג האָט היטלער גאַנץ פּינקטלעך פֿאָרױסגעזאָגט דאָס, װאָס ס‘װעט װײַטער פֿאָרקומען נאָך דער מפּלה פֿון זײַן „דריטן רײַך‟: „די געזעצן פֿון געשיכטע און געאָגראַפֿיע װעלן צװינגען די דאָזיקע צװײ מאַכטן צו פֿאַרמעסטן זיך אױפֿן געביט פֿון מיליטער אָדער עקאָנאָמיע און אידעאָלאָגיע‟. די מכריעדיקע ראָלע אינעם דאָזיקן געװעט, לױט היטלערס נבֿואה, װעט שפּילן דײַטשלאַנד. היטלער איז אַװדאי געװען אַ משוגענער גזלן, אָבער די דאָזיקע נבֿואה זײַנע איז מקוים געװאָרן: דער אױסקום פֿון דער קאַלטער מלחמה איז טאַקע געלײזט געװאָרן אין בערלין אין 1989, דאָרט, װוּ זי האָט זיך אָנגעהױבן אין 1946.

דאָבסעס בוך איז אַ זעלטענער ליטעראַרישער דערפֿאָלג. דאָס בוך איז גרונדיק געפֿאָרשט, עלעגאַנט, לעבעדיק אָנגעשריבן, און אַנאַליטיש דורכגעטראַכט. דער מחבר האָט אַ גוטן פֿאַרשטאַנד פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, װוּ ער האָט פֿאַרבראַכט זײַנע קינדער־יאָרן מיט די עלטערן, אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַטן. װי אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון די גרױסע אַמעריקאַנער צײַטונגען, האָט ער דורכגעלעבט די „קאַלטע מלחמה‟ אין פֿאַרשידענע הױפּטשטעט, װוּ ער געהאַט אַ געלעגנהײט צו באַטראַכטן די װיכטיקסטע געשעענישן פֿון אינעװײניק. דערצו העלפֿט אים זײַן שאַרף אױג און שׂכל, װאָס דערמעגלעכן אים צונױפֿצוברענגען לעבעדיקע פּרטים מיט אַ ניכטערן קריטישן אַנאַליז פֿון דאָקומענטן און כאַראַקטערן פֿון די הױפּט־העלדן.

װען די קאַלטע מלחמה האָט זיך פֿאַרענדיקט מיטן נצחון פֿונעם מערבֿדיקן צד און דעם קראַך פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, האָט זיך געדוכט, אַז די װעלט איז אַרײַּן אין אַ נײַער, בעסערער תּקופֿה. אָבער איצט זעט מען שוין, אַז די ירושה פֿון יענער צײַט איז ניט אין גאַנצן אויסגעשעפּט געוואָרן; די פּאָליטישע אַקטיאָרן און אַגענטן זײַנען טאַקע אַנדערע, אָבער זײער אופֿן פֿון טראַכטן און האַנדלען האָט זיך ניט זייער געענדערט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.