אַ נײַ ייִדיש בוך אויף רוסיש

A New Yiddish Book in Russian

באָריס סאַנדלער און זײַן בוך „גרינע עפּעלעך פֿון גן־עדן‟
Arkadiy Yagudaev
באָריס סאַנדלער און זײַן בוך „גרינע עפּעלעך פֿון גן־עדן‟

פֿון לעאָניד זאָנשײַן

Published June 13, 2013, issue of July 05, 2013.

ווי באַקאַנט, מוז יעדע קולטור האָבן פֿאַר איר עקזיסטענץ, קודם־כּל, אַ שפּראַך; אַ שפּראַך, אויף וועלכער נישט בלויז מע רעדט, נאָר מע שרײַבט און מע לייענט אויף איר. כּל־זמן עס זײַנען פֿאַראַן שרײַבער, וואָס שרײַבן אויף אָט דער שפּראַך, זײַנען אַלע רייד, אַז די קולטור שטאַרבט אָפּ — אַ פּוסטע פּלאַפּלערײַ. אויף טויטע שפּראַכן שרײַבט מען נישט קיין ביכער.

ביכער, וואָס ווערן געשטעלט אין איין ריי מיט די גרעסטע מוסטערן פֿון דער וועלט־ליטעראַטור, זײַנען דער בעסטער באַווײַז דערפֿון, אַז ייִדיש לעבט און אַנטוויקלט זיך. דעם געדאַנק האָט אויך באַשטעטיקט דער לעצטער ליטעראַרישער אָוונט, וועלכער איז דורכגעגאַנגען אין דער אַלטער רוסישער ביכער־קראָם נומ‘ 21 אין מאַנהעטן. דאָ האָט דער ייִדישער שרײַבער באָריס סאַנדלער פֿאָרגעשטעלט זײַן נײַ בוך נאָוועלן און דערציילונגען, איבערגעזעצט אויף רוסיש, „גרינע עפּעלעך פֿון גן־עדן‟.

דער רוסיש־שפּראַכיקער לייענער האָט אויסגעפֿילט אַלע ווינקעלעך פֿון דער גאַסטפֿרײַנדלעכער קראָם. פֿאָרגעשטעלט האָט דעם שרײַבער דער באַקאַנטער רוסישער זשורנאַליסט און שרײַבער, הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם פּאָפּולערן זשורנאַל אין אַמעריקע „וורעמיאַ אי מעסטאָ‟ — „צײַט און אָרט‟, דוד גאַי. אין דעם זשורנאַל קאָן מען נישט זעלטן אָנטרעפֿן אויף סאַנדלערס נײַע איבערזעצונגען. די וואָס זײַנען ווייניק באַקאַנט מיט זײַן שאַפֿונג, האָבן זיך דערוווּסט, אַז זײַן ערשטער בוך אין דער רוסישער איבערזעצונג איז דערשינען אין מאָסקווע, אין 1986.

דער שמועס, פֿאַרשטייט זיך, אויף רוסיש, האָט אַרומגעכאַפּט אַ סך טעמעס, וואָס די רוסיש־רעדנדיקע מענטשן ווייסט וועגן זיי אויפֿן שפּיץ מעסער. דהײַנו: וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש הײַנט — אין אַמעריקע און ישׂראל; צי די ייִדישע פּאָעזיע איז אַ געגראַמטע? וווּ און ווער לערנט הײַנט ייִדיש? צי איז פֿאַראַן אַן אונטערשייד צווישן דעם וועלטלעכן ייִדיש און חסידישן? און אַוודאי, פֿראַגעס, פֿאַרבונדן מיטן אייגענעם לעבן און שאַפֿן פֿונעם שרײַבער.

„אַזוי האָט זיך באַקומען, — האָט דערציילט סאַנדלער, — אַז איך בין דערצויגן געוואָרן אויף אַ גאַס אין בעלץ, וווּ ס‘האָבן געוווינט אַן ערך 90 פּראָצענט ייִדן. אַלע זײַנען זיי על־פּי־נס לעבן געבליבן נאָכן חורבן, און זיך באַזעצט דאָ, אומקערנדיק זיך פֿון די געטאָס אָדער פֿון דער עוואַקואַציע. זייערע הײַזער אין די בעסאַראַבער שטעטלעך זײַנען פֿאַרברענט געוואָרן, האָבן זיי זיך אַריבערגעצויגן אין די גרעסערע שטעט. פֿאַרשטייט זיך, אַז יעדער האָט זיך געהאַט זײַנע אייגענע מעשׂיות פֿונעם פֿאַר־מלחמהדיקן לעבן; אויף דער גאַס האָבן זיך געהערט פֿאַרשידנאַרטיקע ווערטלעך און קללות, וואָס די שכנטעס זײַנען אויף זיי קאַרג נישט געווען. אַגבֿ, דער נאָמען פֿון דער גאַס אין בעלץ האָט פּינקטלעך איבערגעגעבן דעם אינהאַלט — שלום־עליכם־גאַס. און נאָך איין זאַך, זייער אַ וויכטיקע פֿאַר מיר פּערזענלעך — איך האָב געהאַט אַ באָבע און אַ זיידע, וואָס פֿאַר מײַן דור ייִדישע קינדער איז עס געווען אַ גרויסע זעלטנקייט. נישט יעדן האָט אַזוי אָפּגעגליקט…‟

דאָס בוך, ווי געזאָגט, איז אַרויס אויף רוסיש, און איבערגעזעצט האָבן עס די בעסטע איבערזעצער, אַזעלכע ווי גריגאָרי קאַנאָוויטש, איתן פֿינקעלשטיין, מיכאַיִל כאַזין, רודאָלף אָלשעווסקי, לעוו בערינסקי, אַלכּסנדר בראָדסקי.

בשעת דער שרײַבער האָט גערעדט — פּאַמעלעך, נישט אײַליק — האָט זיך געדאַכט, אַז די געשיכטע אַליין לעבט אויף פֿאַר די אויגן; אומדערוואַרט זײַנען באַלויכטן געוואָרן דינע פֿעדעם, וואָס נאָך מיט אַ רגע צוריק האָט מען זיי נישט געזען, און מיטאַמאָל איז קלאָר געוואָרן, אַז דער נעכטן לעבט באַגלײַך מיטן הײַנט, יעדנפֿאַלס, כּל־זמן מיר עקזיסטירן; וואָס גרעסער איז דער טאַלאַנט פֿונעם שרײַבער, אַלץ מער פֿאַרשטייסטו, אַז דער מענטש לעבט נישט נאָר פֿאַר זיך אַליין.

וואָס שייך דער שאַפֿונג פֿון באָריס סאַנדלער גופֿא, האָט וועגן דעם זייער פּינקטלעך געזאָגט אין דער הקדמה צום בוך דער שרײַבער און איבערזעצער איתן פֿינקעלשטיין: „דער שטח פֿון סאַנדלערס ליטעראַרישע אינטערעסן פֿאַרשפּרייט זיך אויף דער כּמעט פֿאַרשוווּנדענער וועלט פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, וועלכע זײַנען צופֿעליק געבליבן לעבן און וואָס דער גורל האָט זיי פֿאַרוואָרפֿן אין פֿרעמדע לענדער. אין זײַן נײַעם בוך פֿירט דער שרײַבער אַרײַן די לייענער אין אַן אומגעוויינטלעכער וועלט, כּמעט אַ פֿאַנטאַסטישע, וווּ דער לייענער איז נאָך קיין מאָל נישט געווען, אָבער דאָרט וועלן זיך אים אַנטפּלעקן אַ סך וויכטיקע זאַכן, דווקא וועגן אים אַליין…‟

די יעניקע, וועלכע זײַנען בײַגעווען אויף דער טרעפֿונג, האָבן אויך געמאַכט אַזעלכע אַנטפּלעקונגען. און קודם־כּל, אַז יעדער פֿון אונדז, אַן אָפּשטאַמיקער פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד — צי ער קען יאָ ייִדיש, צי נישט — בלײַבט פֿאַרבונדן מיט דער קולטור, וועלכע עס האָבן געשאַפֿן די אַשכּנזישע ייִדן. זי איז אין אונדזער בלוט, און ס‘איז גענוג אָנהייבן לייענען סאַנדלערס דערציילונגען, זאָל אַפֿילו זײַן אין דער איבערזעצונג, פֿילסטו באַלד אָט די לעבעדיקע און שטענדיקע פֿאַרבינדונג.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.