ברוין

Brown


פֿון הערשל גלעזער

Published June 18, 2013, issue of July 05, 2013.

אויך ברוין איז אַ קאָליר מיט אַ געשיכטע. דאָס וואָרט „ברוין‟, אַזוי ווי דאָס ענגלישע brown, דאָס דײַטשישע braun, דאָס האָלענדישע bruin, דאָס ליטווישע bėras און דאָס סאַנקריטישע babhrús, וואַקסן אַלע פֿון אַן אינדאָאייראָפּעיִשן שורש. דאָס פֿראַנצייזישע brun איז אַ לײַוואָרט פֿון גערמאַניש, אַזוי ווי bleu ‘בלאָ’, וואָס וועגן דעם האָבן מיר פֿריִער געשריבן. אין די אַנדערע ראָמאַנישע לשונות איז דאָ אַ גאַנצע פּלעיאַדע ווערטער: ס’פּאָרטוגאַלישע castanho איז דאָס זעלביקע וואָס דאָס ייִדישע „קעסט‟ אָדער „,קאַשט(אַ)ן‟, דאָס דײַטשישע Kastanie און דאָס פּוילישע kasztan און אַפֿילו דאָס ענגלישע chestnut — אַלע שטאַמען פֿון לאַטײַניש; לאַטײַניש, ווידער האָט עס פֿון גרעקיש. אויף שפּאַניש איז אויך דאָ castaño, ווי אויך moreno, וואָס נעמט זיך פֿון moro (לאַטײַניש maurus), „מענטשן מיט טונקעלער הויט‟ — אַזוי האָט מען גערופֿן די אַראַבער וואָס האָבן געוועלטיקט אין שפּאַניע פֿון 6טן ביזן 15טן י״ה. אויף פֿראַנצייזיש איז דאָ, חוץ brun, אויך châtaigne; אויף איטאַליעניש: bruno און castano; אויף רומעניש: brun. אויף סלאַוויש: טשעכיש hnědý, וואָס נעמט זיך, אַ פּנים, פֿון snědý ‘פֿון אַ טונקעלן קאָליר’ (פּויליש śniady); פּויליש brunatny, פֿון גערמאַניש, און brązowy, מסתּמא אויך פֿון גערנאַניש (פֿ״גל ייִדיש „בראָנדז‟, דײַטשיש און ענגליש bronze, וואָס דער אָבֿ איז אפֿשר פֿון פּערסיש); רוסיש korichnevyy, פֿון koritsa „צימרינג‟, אַליין פֿונעם שורש „קאָרע‟ (פֿון אַ בוים), וואָס דערפֿון קריגט מען צימרינג.

הייסט עס, דאָ האָבן מיר צו טאָן מיט אַ גאַנצער גאַמע פֿאַרשיידענערליי ווערטער — אַפֿילו די סאַמע קרובֿישע לשונות קענען צווישן זיך נישט „דורכקומען‟, און טייל זענען אָנגעקומען צו האַלב פֿרעמדע, דער הויפּט, די ראָמאַנען און סלאַוון, וואָס האָבן געליגן בײַ די גערמאַנען.

און אָט זענען די חיות וואָס זייערע נעמען האָבן אַ שײַכות מיט „ברוין‟: קודם־כּל, דער בער, וואָס די גערמאַנישע נעמען זײַנע — חוץ „בער‟ איז דאָ, פֿאַרשטייט זיך, ענגליש bear, דײַטשיש Bär, האָלענדיש beer — זענען, אַ פּנים, אייפֿעמיזמען; גאָר אַ מאָל איז געווען אַן אַנדער וואָרט וואָס איז פֿאַרלוירן געגאַנגען אויס מורא פֿאַרן בער, האָבן די גערמאַנען אים פּראָסט־פּשוט גערופֿן „דער ברוינער‟. אויך בײַ די סלאַוון איז פֿאַרלוירן געגאַנגען זײַן „אמתער‟ נאָמען, רופֿט מען אים „האָניק־עסער‟: טשעכיש medvěd, פּויליש niedźwiedź, רוסיש medved. דאָס וואָרט איז אַפֿילו אַרײַן צו די אונגערן, וווּ זײַן עטימאָלאָגיע איז פֿאַרשטעלט: medve „בער‟; méz איז „האָניק‟. דאָס וואָרט איז אפֿשר אויך אַרײַן פֿון סלאַוויש, אָבער אויב יאָ — אַ סך פֿריִער ווי medve. די ראָמאַנען, ווידער, האָבן אַן „אמתדיקן‟ טערמין: לאַטײַניש ursus, פֿראַנצייזיש ours, שפּאַניש oso, פּאָרטוגאַליש urso, רומעניש urs, איטאַליעניש orso, ווי אויך גרעקיש arktos — דערפֿון נעמען זיך, פֿאַרשטייט זיך, דער אַרקטישער אָקעאַן מיט אַנטאַרקטיקע. נישט אַלע בערן זענען ברוין: פֿאַראַן אויך ווײַסע און שוואַרצע, למשל, אָבער אין אייראָפּע איז דער ברוינער בער דער מיטן הא־הידיעה.

נאָך אַ ברוינע חיה איז די לוהאַשקע אָדער ראָפּוכע (ענגליש toad), וואָס הייסט אויף גרעקיש phrûnos — פֿונעם זעלביקן שורש וואָס „ברוין‟. אַחרון אַחרון, דער ביבער, וואָס אַזוי ווי דאָס ענגלישע beaver, דאָס דײַטשישע Bieber, דאָס האָלענדישע bever, דאָס טשעכישע און רוסישע bobr, דאָס פּוילישע bóbr נעמען זיך אַלע פֿון דעם שורש, נאָר דאָ האָט זיך פֿאַרטאָפּלט דער b, איז פֿון br אָנהייב וואָרט געוואָרן bbr. פֿון דעם וואַקסט אויך דאָס לאַטײַנישע fiber, נאָר דאָס וואָרט האָט נישט געהאַט קיין אַריכות־ימים: פֿראַנצייזיש, שפּאַניש, פּאָרטוגאַליש און רומעניש זאָגן אַלע castor, איטאַליעניש האָט castoro — פֿון גרעקיש; דאָס עלטערע פֿראַנצייזישע bièvre האָט גאָר געשטאַמט פֿון קעלטיש.

אינעם ייִדישן שפּראַכיקן פֿאָלקלאָר פֿעלן נישט נישט דער בער, נישט דער ביבער. „די פֿעל פֿון בער אין וואַלד טאָר מען נישט פֿאַרקויפֿן איידער מע האָט אים געכאַפּט‟; „האָב איך נישט געטאַנצט מיטן בער‟ — „מילא, האָב איך נישט געטאָן דאָס וואָס כ’האָב געוואָלט‟; „בערישע טובֿה” ‘נישט קיין טובֿה, נאָר אַ רעה’; אַ „בערישער‟ אײַלט זיך נישט, האָט זייער אַ סך צײַט; „פֿון אַ בערישן וויידל [פּונקט ווי פֿון אַ חזירשן עק] קען מען קיין שטרײַמל נישט מאַכן‟. מע קרעכצט ווי אַ ביבער, מע וויינט ווי אַ ביבער, מע אַנטלויפֿט ווי אַ ביבער, מע שוויצט ווי אַ ביבער. „בער‟ איז אַ נאָמען — למשל, „דבֿ־בער‟; „ביבער‟ איז אַ פֿאַמיליע.