פֿרומע פֿרויען ווי מנהיגים

Orthodox Female Leaders

דבֿורה-הנבֿיאה — אַ גראַוויור פֿון גוסטאַוו דאָרע
דבֿורה-הנבֿיאה — אַ גראַוויור פֿון גוסטאַוו דאָרע

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 19, 2013, issue of July 05, 2013.

דעם צווייטן יוני האָט די „ישיבֿת-מהר״ת‟, אַ מאָדערן-אָרטאָדאָקסישע ישיבֿה פֿאַר פֿרויען, אַרויסגעלאָזט דרײַ גראַדואַנטקעס, וועלכע וועלן פֿאַקטיש אויספֿירן די פֿונקציעס פֿון רבנים: צו פּסקענען הלכה, פֿירן גמרא־שיעורים אין אַ שיל און אָנפֿירן מיט אַ קהילה.

די דירעקטאָרין פֿון „ישיבֿת-מהר״ת‟, רבה שׂרה הורוויץ, איז די איינציקע פֿרוי, וועלכע האָט באַקומען אַ חידושדיק רבנישן פֿרויען-טיטל — „רבה‟ — פֿון הרבֿ אַבֿי ווײַס, דער גרינדער פֿון דער „אָפֿענער אָרטאָדאָקסיע‟ — אַ באַוועגונג אין אָרטאָדאָקסישער ייִדישקייט, וואָס שטעלט אַן אַקצענט אויף דער בייגעוודיקער און אָפֿענער נאַטור פֿון ייִדישקייט, אָבער גייט נישט אַזוי ווײַט, ווי די קאָנסערוואַטיווע באַוועגונג.

מיט אַבֿי ווײַסעס ישיבֿה „חובֿבֿי-תּורה‟ זענען פֿאַרבינדן אַזעלכע אינטערעסאַנטע פּערזענלעכקייטן, ווי הרבֿ מאַרק (מלך) שאַפּיראָ און הרבֿ דניאל שפּערבער. שאַפּיראָ איז באַקאַנט ווי אַ פֿאָרשער פֿון פֿאַרשיידענע דעות אין דער געשיכטע פֿונעם טראַדיציאָנעלן תּורה-געדאַנק, וואָס פֿאַר אַ הײַנטיקן פֿרומען ייִד קאָן עס אויסזען ווי אומגעוויינטלעכע, עקסטרעמע און אַפֿילו אַפּיקורסישע. למשל, אין איינעם פֿון זײַנע אַרטיקלען האָט ער מיט אַ ריי רבנישע קוואַלן אָנגעוויזן, אַז געוויסע דעות אין דער הלכה פֿאַרווערן נישט אַ ייִדיש פּאָרפֿאָלק צו פֿירן אַ זיווג-לעבן אָן אַ חופּה-וקידושין. שפּערבער איז אַ גרויסער מומחה אין ווייניק-באַקאַנטע ייִדישע מינהגים.

אַ דאַנק אַזעלכע פּערזענלעכקייטן, האָבן די אָרגאַניזאַציעס, פֿאַרבונדן מיט דער „אָפֿענער אָרטאָדאָקסיע‟, באַקומען אין מער הויפּטשטראָמיקע פֿרומע קרײַזן אַ רעפּוטאַציע פֿון „ווילדע‟ מענטשן. זיי פֿאָלגן נישט דעם פּסק פֿונעם „אַמעריקאַנער רבנישן ראַט‟ („אַר-סי-איי‟) אָדער אַנדערע גרויסע אָרטאָדאָקסישע אָרגאַניזאַציעס, פֿירן זיך כּסדר אויף אויף אַן אייגענעם שטייגער; זיי גייט נישט אָן, אַז אַנדערע פֿרומע ייִדן אָנערקענען נישט זייער קליינע באַוועגונג.

מיט עטלעכע חדשים צוריק איז הרבֿ שמעון ליווסאָן פֿון „חובֿבֿי־תּורה‟, געוואָרן דער הויפּט-רבֿ פֿון פֿינלאַנד. די חרדישע וועבזײַט „מצבֿ‟ האָט געוואָרנט די לייענער, אַז די „אָפֿענע אָרטאָדאָקסן‟ זענען „עקסטרעמע‟ און „סכּנותדיקע ליבעראַלן‟, וועלכע האַלטן, צווישן אַנדערע זאַכן, אַז מע זאָל מקבל זײַן די האָמאָסעקסואַלן מער פֿרײַנדלעך אין דער פֿרומער וועלט.

די אונטערשטע שורה אין אַ סך נעגאַטיווע פֿרומע אָפּרופֿן וועגן די „אָפֿן-אָרטאָדאָקסישע‟ פֿרויען-מנהיגים איז לאַוו-דווקא זייער עצם-אויפֿפֿירונג. „ס׳טײַטש, ווי קאָנען זיי טאָן וואָס מע וויל אומאָפּהענגיק, נישט פֿרעגנדיק קודם אַ שאלה בײַ אונדזערע גדולים?‟, טענהן אַ צאָל קאָמענטאַטאָרן אויף דער פּאָפּולערער פֿרומער וועבזײַט „נײַעס פֿון ישיבֿה-וועלט‟. „וואַרפֿט זיי אַרויס!‟, „האַלט זיי אונטער אַ שטרענגן קאָנטראָל!‟, שרײַען די אַנדערע.

רביצין רות בלוי
רביצין רות בלוי

מע קאָן פֿאַרגלײַכן דעם הײַנטיקן סקאַנדאַל אַרום די ליבעראַל-געשטימטע פֿרויען-מנהיגים מיט דער מעשׂה מיט דער רביצין רות בלוי, וועלכע האָט אָנגעפֿירט במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט מיט אַן אייגענעם צווײַג פֿון נטורי-קרתּא. די ירושלימער רבנים פֿון „עדה חרדית‟ האָבן זי דערנידעריקט נישט צוליב איר אויפֿפֿירונג, ווײַל זי איז געווען עקסטרעם פֿרום, און נישט צוליב אירע פּאָליטישע געדאַנקען, מיט וועלכע אַ סך אירע קריטיקער זענען געווען מסכּים, נאָר דווקא פֿאַר איר בראַווער אומאָפּהענגיקייט.

לוסעט מאַדלען פֿעריי, אַ נישט-ייִדיש מיידל, געבוירן אינעם יאָר 1920 אין אַ קאַטוילישער משפּחה אין דער פֿראַנצויזישער פּאָרט-שטאָט קאַלע, איז געווען אַ געבילדעטע פֿרוי, וועלכע האָט שטודירט געשיכטע אינעם סאָרבאָנער אוניווערסיטעט. בעת דער צווייטער וועלט-מלמחה האָט זי באַשלאָסן צו קעמפֿן קעגן די נאַציס און געוואָרן אַ פּאַרטיזאַנקע.

אינעם יאָר 1949 האָט פֿעריי באַזוכט ישׂראל, געוואָרן אַ פֿאַרברענטע ציוניסטקע, באַשלאָסן זיך מגייר צו זײַן און אויסגעקליבן דעם נאָמען רות בן-דוד. נאָך אַ צאָל שטורמישע פּאַסירונגען, אַרײַנגערעכנט דאָס אַפּזיצן אַ פּאָר חדשים אין תּפֿיסה פֿאַר חובֿות, איז זי אָנגעקומען איין ישׂראל, ווערנדיק אַלץ פֿרומער און אַלץ מער אַנטוישט מיט ציוניזם.

אינעם יאָר 1960 איז אין ירושלים געשען אַ קאָנטראָווערסאַלע מעשׂה. די טאַטע-מאַמע פֿונעם ייִנגל מיטן נאָמען יאָסעלע שומאַכער האָבן אָפּגעגעבן זייער זון צו זײַנע פֿרומע זיידע-באָבע. שפּעטער האָט דער טאַטע פֿונעם קינד באַשלאָסן אַוועקצופֿאָרן צוריק קיין רוסלאַנד. דער זיידע פֿונעם קינד האָט נישט געוואָלט אָפּגעבן זײַן אייניקל צוריק דעם טאַטן און באַשלאָסן אים אויסצובאַהאַלטן אין דער פֿרומער חסידישער קהילה. רות בן-דוד האָט אויסבאַהאַלטן דאָס ייִנגל במשך פֿון צוויי יאָר און זיך געגעבן אַן עצה, ווי אַזוי אַרויסצושמוגלען יאָסעלע שומאַכער קיין אַמעריקע, נישט געקוקט אויף די שטענדיקע אַקטיווע זוכענישן פֿון די ישׂראלדיקע זיכערהייט-דינסטן.

איסר הראל, דער דירעקטאָר פֿון „מוסד‟, האָט אויסגעפֿונען, אַז די פֿראַנצויזישע גיורת האָט געהאַט אַ שײַכות צו דער פֿאַרשווינדונג פֿון יאָסעלע שומאַכער. נישט געקוקט אויף די דערנידערונגען אין תּפֿיסה, האָט זי זיך אָפּגעזאָגט צו קאָאָפּערירן; שפּעטער אָבער, האָט דער „שין-בית‟ אויסגעצויגן פֿון איר די אינפֿאָרמאַציע דורך אַ קונץ, און געבראַכט דאָס קינד פֿון אַמעריקע צוריק קיין ישׂראל.

דער מחבר פֿון די שורות איז גוט באַקאַנט מיט דער משפּחה, בײַ וועלכער יאָסעלע האָט געלעבט אין וויליאַמסבורג, ברוקלין. לויט זייערע דערציילונגען, איז ער געווען צופֿרידן אין ניו-יאָרק; זיי דערמאָנען זיך, אַז רות איז געווען אַ סימפּאַטישע, קלוגע, אָרנטלעכע און גאָר אַ בראַווע פֿרוי. הײַנט איז שווער צו באַשטימען, ווער איז געווען גערעכט אין דער דאָזיקער קאָנטראָווערסאַלער מעשׂה; דער פּלאַן פֿון יאָסעלעס טאַטן אַוועקצופֿאָרן אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד מיטן יונגן זון איז געווען זיכער אַ סכּנותדיקער. אינעם יאָר 2007, האָט יוסף שומאַכער, הײַנט שוין אַ 59־יאָריקער מאַן, באַזוכט מיט פֿאַרגעניגן די ניו-יאָרקער סאַטמאַרער קהילה, וווּ ער האָט אַמאָל געלעבט. אַזוי צי אַזוי, ווײַזט די דאָזיקע מעשׂה, וואָס פֿאַר אַ קעמפֿערישע אומאָפּהענגיקע נאַטור רות בן-דוד האָט געהאַט.

אינעם יאָר 1963 איז ניפֿטר געוואָרן די ערשטע פֿרוי פֿון הרבֿ עמרם בלוי, דער גרינדער פֿון נטורי-קרתּא; האָט ער באַשלאָסן חתונה צו האָבן מיט רות בן-דוד. די פֿרומע קהילה אין ירושלים איז געוואָרן ממש אויסער זיך: אוי-אוי-אוי, אַ חשובֿער רבֿ מיט אַ גוטן ייִחוס טאָר דאָך נישט נעמען פֿאַר אַ ווײַב אַ „שמוציקע, חוצפּהדיקע‟ גיורת, אַ געוועזענע קאַבאַרע-טענצערין! דער בית-דין פֿון דער „עדה-חרדית‟ האָט זיי אָפֿיציעל פֿאַרווערט חתונה צו האָבן. דער רבֿ האָט נישט געפֿאָלגט און דאָס פּאָרפֿאָלק איז פֿאַקטיש אַרויסגעוואָרפֿן געוואָרן פֿון ירושלים קיין בני-ברק.

נאָך עמרם בלויס טויט, אינעם יאָר 1974, האָט די רביצין אָנגעהויבן אַן אייגענעם צווײַג פֿון נטורי-קרתּא. עמרם בלויס קינדער פֿון דער ערשטער פֿרוי האָבן זיך צו איר באַצויגן בפֿירוש פֿײַנטלעך; אַ סך ירושלימער חרדים האָבן נישט געקאָנט פֿאַרטראָגן די „פֿרעמדע‟ שטיף-מוטער. דאָס האָט אָבער נישט געשטערט רות בלויס טעטיקייט; צווישן אַנדערע זאַכן, האָט זי זיך באַפֿרײַנדעט מיטן אַיאַטאָלאַ כאָמייני, וועלכער האָט דעמאָלט געוווינט אין פֿראַנקרײַך, כּדי צו מאַכן זיכער, אַז די איראַנישע רעוואָלוציאָנערן וועלן האָבן דרך-ארץ פֿאַר ייִדן און ייִדישער רעליגיע. אין דער זעלבער צײַט, האָט זי געשטיצט די לינקע וועלטלעכע ספֿרדישע „שוואַרצע פּאַנטערן‟ אין ישׂראל.

נישט געקוקט אויף דער שאַרפֿער קעגנערשאַפֿט פֿון אַ סך חרדים, האָט רות בלוי געשאַפֿן אַרום זיך אַ קרײַז אייגענע אָנהענגער. זי איז ניפֿטר געוואָרן אין 2000; נישט איינמאָל האָב איך שוין געהערט פֿון גאַנץ יונגע 20־יאָריקע ירושלימער חסידים, אַז איר אויטאָביאָגראַפֿיע איז איינער פֿון זייערע באַליבסטע ספֿרים. זיי שאַצן הויך דעם קאָליריקן און דרייסטן כאַראַקטער פֿון דער דאָזיקער פֿרוי.

אין דער חסידישער געשיכטע זענען אַזעלכע אַקטיווע פֿרויען נישט קיין נאָווענע. צום מערסטן ווייסט מען די מעשׂה מיט חנה-רחל ווערבערמאַכער, באַקאַנט ווי די לודמירער מויד, וועלכע האָט געפֿירט איר אייגענעם חסידישן הויף אַרום אַן אייגענער שיל. אירע קענגער האָבן זי פֿאַרטריבן קיין ארץ-ישׂראל, וווּ זי האָט ווײַטער געפֿירט איר רביסטווע, צוציִענדיק צו זיך ייִדן און אַפֿילו אַראַבער, וועלכע פֿלעגט בײַ איר בעטן אַ ברכה.

אַ זײַטיקער מענטש וואָלט, מסתּמא, געמיינט, אַז די פֿראַזע „רביצינס חסידים‟ מוז באַצייכענען עפּעס אַ פֿעמיניסטישע גרופּע צי אַ צווײַג פֿון דער דערמאָנטער „אָפֿענער אָרטאָדאָקסיע‟. פּונקט פֿאַרקערט: אַזוי רופֿט מען נאָך אַלץ אָן די „בני-יואל‟ — אַן אומאָפּהענגיקע אָפּאָזיציע-גרופּע בײַ די סאַטמאַרער חסידים, באַקאַנט מיט אירע גאָר פֿרומע פּאָזיציעס. נאָכן טויט פֿונעם סאַטמאַרער רבין, יואל טייטלבוים, וועלכער איז ניפֿטר געוואָרן אינעם יאָר 1979, האָבן זיי אויסגעקליבן זײַן אַלמנה, רביצין אַלטע-פֿייגע, פֿאַר זייער אומפֿאָרמעלע מנהיגטע. זי איז געשטאָרבן אין 2001; איר קבֿר און הויז בלײַבן צענטערס פֿונעם חסידישן פּילגרימאַזש. אין פֿאַרגלײַך מיט רות בלוי, איז זי תּמיד געווען אַ רויִקע, באַשיידענע, פֿרום-דערצויגענע חסידישע צדיקת — און פֿאָרט געהאַט אַן אוניקאַלן כאַריזמאַטישן כּוח.

די שטיצער פֿון פֿרויען-אַקטיוויזם אין דער פֿרומען וועלט דערמאָנען אָפֿט דעם תּנ״כישן בײַשפּיל פֿון דבֿורה-הנבֿיאה. ווי ס׳איז באַקאַנט, איז זי איז געווען אַ שופֿטת, די גײַסטיקע פֿירערין פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, און אַרויסגעוויזן אַ קעמפֿערישן אומאָפּהענגיקן כאַראַקטער. די דערמאָנטע היפּוכדיקע בײַשפּילן ווײַזן אָן, אַז אין דער טראַדיציאָנעלער פֿרומער וועלט זענען די פּאַטריאַרכאַלע טענדענצן פֿאַרשפּרייט נישט אַזוי ברייט, ווי מע וואָלט געקאָנט זיך משער זײַן. אַדרבה, דווקא די „ווילדסטע‟, סאַמע ראַדיקאַלע גרופּעס, וועלכע רעכענען זיך נישט מיטן הויפּטשטראָם און טוען וואָס זיי ווילן, קלײַבן צומאָל אויס, ווי זייערע מנהיגים, דווקא אַזעלכע פֿרויען, וועלכע טראָגן אין זיך די זעלבע מאָס פֿון „ווילדער‟ אומאָפּהענגיקייט.