60 יאָר נאָך דער ראָזענבערג־עקזעקוציע

60 Years After the Rosenberg Execution

דער ייִנגערער זון פֿון די ראָזענבערגס, ראָבערט מעערפּאָל, מיט זײַן טאָכטער זשעני מעערפּאָל.
דער ייִנגערער זון פֿון די ראָזענבערגס, ראָבערט מעערפּאָל, מיט זײַן טאָכטער זשעני מעערפּאָל.

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published June 21, 2013, issue of July 19, 2013.
יוליוס און עטל ראָזענבערג אויף דער הילע פֿון אַ ייִדיש־בוך
יוליוס און עטל ראָזענבערג אויף דער הילע פֿון אַ ייִדיש־בוך

מיט 60 יאָר צוריק, דעם 19טן יוני 1953, האָט מען דורכגעפֿירט די עקזעקוציע איבער עטל און יוליוס ראָזענבערג. איידער מע האָט זיי געפֿירט צום „עלעקטריק טשייר‟, האָבן זיי אָנגעשריבן אַ בריוו צו זייערע צוויי זין, מײַקל און ראָבי, אין וועלכן זיי האָבן אויסגעדריקט זייער האָפֿענונג — „ס‘איז אונדז אַ טרייסט צו וויסן, אַז נאָך אונדז וועלן אַנדערע אָנגיין ווײַטער מיט אונדזער אַרבעט‟.

יוליוס ראָזענבערג און דערנאָך זײַן פֿרוי עטל האָט מען אַרעסטירט אין יולי 1950 און די רעגירונג האָט געהאַלטן, אַז דאָס פּאָרל האָט איבערגעגעבן דעם סוד פֿון דער אַטאָמישער באָמבע צום סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ווען מע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט די „ווענאָנע‟־פּאַפּירן פֿון סאָוועטישע אַרכיוון אין 1995, האָבן די מאַטעריאַלן באַשטעטיקט, אַז יוליוס האָט מיטגעאַרבעט, ווי אַ שפּיאָן, לטובֿת דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אָבער ס‘איז נישט קלאָר, אַז זײַן שפּיאָנאַזש האָט געדעקט די אַטאָמישע באָמבעס. עס איז יאָ געוואָרן קלאָר, אַז עטל איז נישט געווען קיין סאָוועטישער שפּיאָן און איז געפֿאַלן אַ קרבן, אין גאַנצן אומשולדיק. די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט דאָס געוווּסט, אָבער זיי סײַ ווי סײַ ביידע אומגעבראַכט.

אין 1990, ווען דער ייִנגערער זון ראָבי איז שוין געווען אַ דערוואַקסענער מענטש, (הײַנט איז ער אַלט 66 יאָר) אין 1990, איז אים אײַנגעפֿאַלן, ווי אַזוי ער וואָלט געקענט „אָנגיין‟ לזכּרון זײַנע טאַטע־מאַמע. ער האָט געשאַפֿן אַ פֿאָנד — „דער ראָזענבערג פֿאָנד פֿאַר קינדער‟ — צו העלפֿן די קינדער פֿון די הונדערטער אַקטיוויסטן־משפּחות איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וועלכע האָבן געליטן צוליב זייער אַקטיוויזם. ביז אַהער האָט דער פֿאָנד אויסגעטיילט 5 מיליאָן דאָלאַר און אין סעפּטעמבער וועט ראָבי איבערגעבן די לייצעס פֿון דער אָרגאַניזאַציע צו זײַן טאָכטער, זשען מעערפּאָל. בײַ אַן אָוונט, זונטיק, דעם 16טן יוני, אָרגאַניזירט פֿון דעם פֿאָנד, האָט מען אין „טאַון האָל‟ פֿאָרגעשטעלט אַ פּראָגראַם — „גייט ווײַטער אָן: לכּבֿוד די קינדער פֿון ווידערשטאַנד‟, סײַ לזכר דער דאַטע פֿונעם טויט פֿון די ראָזענבערגס, סײַ צו אָנערקענען די נײַע דורות פֿון לינקע פּאָליטישע אַקטיוויסטן.

אויף דער בינע האָט מען דערציילט און אויסגעשפּילט די געשיכטע פֿון די ראָזענבערגס, בפֿרט פֿון זייערע לעצטע פֿיר טעג אין דער „סינג־סינג‟־תּפֿיסה, ווען מע האָט נאָך געהאָפֿט, אַז אַ ריכטער פֿונעם העכסטן געריכט וועט אָפּשטעלן די עקזעקוציע. די נאַראַטאָרין איז געווען די גוט באַקאַנטע אַנדזשעלאַ דייוויס, אַ נאָענטע צו דער ראַדיקאַלער אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער באַוועגונג „די שוואַרצע פּאַנטערן‟, און אָנפֿירערין פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. שפּעטער איז זי געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון פֿעמיניזם, און אין די 1980ער יאָרן האָט זי צוויי מאָל קאַנדידירט אויף וויצע־פּרעזידענט פֿון אַמעריקע ווי אַ פֿאָרשטייער פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. די צוויי הויפּט־אַקטיאָרן, וועלכע האָבן געשפּילט די ראָלן פֿון עטל און יוליוס זענען געווען איוו ענסלער און קאָטער סמיט.

איין ריכטער האָט אין דער לעצטער מינוט טאַקע אונטערגעשריבן, מע זאָל אָפּשטעלן די עקזעקוציע, אָבער דער פּראָקוראָר האָט זיך שוין צוגעגרייט צו אַזאַ פֿאַל און צונויפֿגערופֿן אַלע ריכטער צוזאַמען, מע זאָל יאָ אויספֿירן דעם פּסק־דין. פּרעזידענט אײַזענהאַוער האָט דערווײַל געמאַכט אַ שווײַג, און נישט געענטפֿערט אויף דער בקשה פֿון באַגיטיקונג, נישט געקוקט אויף די פּראָטעסטן איבער גאַנץ אַמעריקע און איבער דער וועלט.

בײַ דעם אָנקענק־אָוונט, האָט מען אין צווישן די סצענעס, וועלכע האָבן דראַמאַטיזירט די טרויעריקע לעצטע טעג און שעהען פֿון די ראָזענבערגס, זיך באַקענט מיט יונגע אַקטיוויסטן. אין ניו־יאָרק האָט די פּאָליציי אײַנגעפֿירט אַ קאָנטראָווערסיעלע פּראָגראַם, אין וועלכער די פּאָליציי שטעלט אָפּ אויף דער גאַס יונגע אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער אָדער יונגע־לײַט פֿון צענטראַל־ און דרום־אַמעריקע און מע אונטערזוכט זיי — די פּאָליציי האָפֿט צו געפֿינען בײַ זיי וואָפֿנס אָדער נאַרקאָטיק. עטלעכע פֿון די יונגע־לײַט האָבן אויף דער בינע פּראָטעסטירט קעגן דער טאַקטיק דורך היפּ־האָפּ־געזאַנג אויף ענגליש און שפּאַניש.

צווישן דעם עולם זונטיק האָט מען געזען נישט ווייניק ייִדן, און ספּעציעל, אַ גאַנצע דעלעגאַציע פֿונעם זומער־קעמפּ „קינדערלאַנד‟, אַ לינקע קאָלאָניע, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 1923 און געפֿינט זיך הײַנט אין טאָלאַנד, מאַסאַטשוסעטס. אַ מאָל האָט מען אין קינדערלאַנד גערעדט בלויז ייִדיש, אָבער הײַנט שטעלט מען דעם טראָפּ אויף „סאַציאַלן יושר‟, און נאָר זעלטן הערט מען אַפֿילו אַ ייִדיש ליד. די קינדער שטאַמען פֿון ייִדישע און נישט־ייִדישע משפּחות, אָבער ס‘איז באמת צו באַוווּנדערן, וואָס דער קעמפּ גייט ווײַטער אָן, נישט געקוקט אויף די רדיפֿות קעגן די לינקע אין די 1950ער יאָרן.

די לינקע אין אַמעריקע באַטראַכטן דעם אומקום פֿון די ראָזענבערגס, ווי איינע פֿון די גרעסטע טראַגעדיעס אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע. אַפֿילו 60 יאָר שפּעטער ווערן יונג און אַלט צוליב דעם געמוטיקט צו ווערן פּאָליטיש אַקטיוו אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט און פּאָליטיק.