די סאָוועטיש־ייִדישע דעלעגאַציע, 1943

When Soviet Yiddish Came to America

אַלבערט אײַנשטײן מיט שלמה מיכאָעלס און איציק פֿעפֿער בעת זייער וויזיט קיין אַמעריקע 1943
אַלבערט אײַנשטײן מיט שלמה מיכאָעלס און איציק פֿעפֿער בעת זייער וויזיט קיין אַמעריקע 1943

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published June 21, 2013, issue of July 19, 2013.

מיט 70 יאָר צוריק, אין יוני 1943, איז קיין אַמעריקע געקומען אַ סאָוועטישע דעלעגאַציע. צום ערשטן מאָל אין דער גאַנצער סאָוועטישער תּקופֿה איז עס געווען אַ דעלעגאַציע, וואָס איז באַשטאַנען פֿון ייִדישע קולטור-טוער — דער אָנפֿירער פֿון דעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער שלמה מיכאָעלס און דער דיכטער איציק פֿעפֿער. אָבער געקומען זײַנען זיי ניט סתּם אַזוי צו רעדן וועגן קולטור-ענינים. זיי זײַנען געשיקט געוואָרן פֿון דער סאָוועטישער רעגירונג ווי פֿאָרשטייער פֿון דעם „ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט‟, וואָס האָט זיך, ווי אַ פּראָיעקט, באַוויזן אין קורצן נאָך דער דײַטשישער אַגרעסיע קעגן דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אין פֿרילינג 1942 איז די אינסטיטוציע אָפֿיציעל געגרינדעט געוואָרן.

די נסיעה פֿון מיכאָעלסן און פֿעפֿערן גיט סחורה אויף אַ בוך, ווײַל אין דעם עפּיזאָד פֿון ייִדישער געשיכטע האָבן זיך דירעקט צי אומדירעקט באַטייליקט זייער אַ סך מענטשן. איך רעד אַפֿילו ניט וועגן די צענדליקער טויזנטער לײַט, וואָס פֿלעגן קומען צו זען און הערן די סאָוועטישע געסט. איך מיין, דער עיקר, די טוער, וועלכע האָבן געבויט פּאָליטיק, אָדער פּשוט אינטריגעס אַרום דער דאָזיקער רײַזע, וועלכע האָט געשאַפֿן פּאַראַדאָקסאַלע סיטואַציעס.

איינער פֿון די פּאַראַדאָקסן איז געווען פֿאַרבונדן מיט דער מיטאַרבעט צווישן די ציוניסטן און קאָמוניסטן. בכלל, האָבן די אַמעריקאַנער קאָמוניסטן זיך געסטאַרעט ניט צו שפּילן די ראָלע פֿון די הויפּט-גאַסטגעבער. דער סאָוועטישער צד האָט ניט געוואָלט צו פֿיל מאַרגינאַליזירן די דעלעגאַציע; דאָס שליחות זאָל ניט אויסזען ווי אַ ריין קאָמוניסטישער ענין. אין דער זעלבער צײַט, האָט דער ציוניסטישער איסטעבלישמענט געוואָלט אויסניצן די דאָזיקע געלעגנהייט, כּדי אָנטאַפּן די מעגלעכקייט אײַנצושטעלן בעסערע קאָנטאַקטן מיט דער סאָוועטישער רעגירונג. שוין דעמאָלט האָט מען זיך אַרומגעטראָגן מיט דער האָפֿענונג, אַז דווקא סטאַלין וועט העלפֿן צו עפֿענען אַ וועג אין דער נאָך-מלחמהדיקער וועלט צום אָנערקענען אַן אומאָפּהענגיקע ייִדישע מדינה אין ארץ-ישׂראל. ווי מיר ווייסן, קיין פּוסטער חלום איז עס ניט געווען.

נאָך איין פּאַראַדאָקס איז געווען פֿאַרבונדן מיט דער אַקטיווער ראָלע, וועלכע עס האָט אין דעם טור פֿון דער סאָוועטישער דעלעגאַציע געשפּילט דער שרײַבער שלום אַש. אים האָט מען דאָך אין דער סאָוועטישער פּרעסע געמאַכט מיט דער בלאָטע גלײַך, בפֿרט ווען ער האָט אין יאָר 1932 באַקומען דעם פּוילישן אָרדען „פּאָלאָניאַ רעסטיטוטאַ‟. פּוילן האָט מען דאָך אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד געהאַלטן פֿאַר אַ ביטערן שׂונא. מע האָט ניט געקענט פֿאַרגעסן די מפּלה אין דער פּויליש-סאָוועטישער מלחמה, ווען ס‘איז ניט נאָר דורכגעפֿאַלן דער פּלאַן פֿון עקספּאָרטירן קיין פּוילן די באָלשעוויסטישע רעוואָלוציע; מע האָט דעמאָלט אויך פֿאַרלוירן גרויסע טעריטאָריעס אין מערבֿ-אוקראַיִנע, מערבֿ-ווײַסררוסלאַנד, ווי אויך די ווילנער געגנט. איציק פֿעפֿער האָט זייער שאַרף אויסגעלאַכט אַשן אין זײַן סעריע סאַטירישע לידער. אָבער דאָס האָט ניט אָפּגעשטעלט דעם אַמעריקאַנער שרײַבער פֿון אַרומפֿאָרן מיט דער דעלעגאַציע און אַרויסווײַזן זיי זײַן פֿרײַנדשאַפֿט.

פֿאַר וואָס איז אַש געוואָרן אַ „פֿאַרגעסער‟? לכל-הפּחות טיילווײַז איז עס געווען פֿאַרבונדן מיט דעם קריזיס אין זײַן לעבן. צוליב זײַנע „קריסטלעכע‟ ראָמאַנען האָט מען אַשן אַרויסגעשטופּט פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, וואָס איז געווען זײַן טריבונע אין משך פֿון אַריבער פֿינף-און-צוואַנציק יאָר. ניט נאָר האָט מען אים אַרויסגעשטופּט, נאָר אויך געפֿירט אַ קאַמפּאַניע קעגן אים, באַשולדיקט אים אין פֿאַרראַטן ייִדישע אינטערעסן. בעת דער „פֿאָרווערטס‟ האָט בויקאָטירט די סאָוועטישע דעלעגאַציע, איז אַש, ווי אַ שטיצער אירער, געוואָרן אַ טייל פֿון דעם צד-שכּנגד פֿון זײַן אַמאָליקער ליטעראַרישער היים, וואָס האָט זיך באַגאַנגען מיט אים (ווי ער האָט געהאַלטן) אַזוי מיאוס.

אָבער דער גרעסטער פּאַראַדאָקס איז געווען פֿאַרבונדן מיטן פֿאַקט, וואָס מיכאָעלסן און פֿעפֿערן האָט מען אויפֿגענומען מעשׂה מלוכישע טוער. מיט זיי האָט מען געפֿירט ערנסטע שמועסן וועגן דער צוקונפֿט פֿון ייִדן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, וועגן די באַציִונגען צווישן דעם סאָוועטיש-ייִדישן ייִשובֿ און דעם אַמעריקאַנער, אָדער בכלל אינטערנאַציאָנאַלן ייִדנטום. דער סוף איז געווען, אַז די דעלעגאַטן האָבן טאַקע אָנגעהויבן גלייבן אין זייער שליחות צו בײַטן דעם גורל פֿון די סאָוועטישע ייִדן.

מע קען זאָגן, אָן אַ גוזמא, אַז די נסיעה אין יאָר 1943 האָט באַשטימט די טראַגישע דאָליע פֿון מיכאָעלסן, פֿעפֿערן און אַנדערע קרבנות פֿון דער קאַמפּאַניע קעגן דעם ייִדישן „אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט‟, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן ניט תּיכּף, נאָר אין פֿינף-זעקס יאָר אַרום.

דערווײַל, אָבער, אין יוני 1943, זײַנען טויזנטער אַמעריקאַנער ייִדן געווען צופֿרידן צו זען און הערן די צוויי מענטשן, וואָס זײַנען געקומען פֿונעם לאַנד, פֿון וועלכן זיי — די איצטיקע ניו-יאָרקער, באָסטאָנער, שיקאַגער תּושבֿים — האָבן געשטאַמט, וווּ עס האָבן נאָך אַלץ געוווינט (אַזוי האָט זיך געוואָלט גלייבן) זייערע קרובֿים און פֿרײַנד. זיי, די צוויי קולטור-טוער, האָבן סימבאָליזירט די האָפֿענונג, אַז די רויטע אַרמיי וועט, סוף-כּל-סוף, מאַכן אַ סוף צו היטלערן און באַפֿרײַען די ייִדן אין אייראָפּע; און אַוודאי, האָט מען געקליבן געלט צו שטיצן די דאָזיקע אַרמיי.

אַן אויסצוג פֿונעם דאָקומענטאַר, געווידמעט שלמה מיכאָעלסן פֿון דער טעלעוויזע־סעריע „היסטאָרישע כראָניקעס‟, געמאַכט פֿונעם רוסישן זשורנאַליסט ניקאָלײַ סוואַנידזע.

נאָראַטאָר: מיכאָעלס איז אַ פּראַקטישער מענטש; אָבער דעם 18טן פֿעברואַר 1943 אויפֿן 2טן פּלענום פֿונעם „ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט‟ איז אָפֿן דערקלערט געוואָרן וועגן דעם שטײַגנדיקן אַנטיסעמיטיזם אין לאַנד. דער שרײַבער איליאַ ערענבורג, מיטגליד פֿונעם „אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט‟, האָט געזאָגט: „נאָר צוליב דער אַנטיפֿאַשיסטישער פּראָפּאַגאַנדע צווישן די ייִדן אין אויסלאַנד, איז נישט כּדאי געווען צו שאַפֿן דעם „ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט‟. די הויפּט־אויפֿגאַבע אינעם קאַמף קעגן דעם אַנטיסעמיטיזם — איז בײַ אונדז אין לאַנד‟.

אָבער מיכאָעלסן גיט מען אַן אַנדער אויפֿגאַבע: מע שיקט אים אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ענגלאַנד, צו שאַפֿן געלט פֿאַר דער רויטער אַרמיי. ער האָט אַ קאָנקרעטן ציל: צונויפֿזאַמלען געלט צו בויען 1000 עראָפּלאַנען און 500 טאַנקען. די אויפֿגאַבע האָט ער אויסגעפֿירט.

אויף די ריזיקע מיטינגען, וועלכע ס‘האָבן דורכגעפֿירט די אינטערנאַציאָנאַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, איז צונויפֿגענומען געוואָרן 16 מיליאָן דאָלאַר. עטלעכע מיליאָנען טיילט אויס דער „דזשאָינט‟, און גאָר אין גיכן ווערן די מיטגלידער פֿונעם אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט באַשולדיקט אין פֿאַרברעכערישע פֿאַרבינדונגען דווקא מיט אָט דער אָרגאַניזאַציע. דער פֿאָנד פֿון טשערטשילס פֿרוי גיט 15 מיליאָן דאָלאַר. געלט האָבן געגעבן פּשוטע מענטשן — צו 50 צענט, איין דאָלאַר, צען… — וויפֿל ס‘האָט יעדער געקענט געבן.

וועגן מיכאָעלסעס באַזוך אין אַמעריקע דערמאָנט זיך מאַרק שאַגאַל: „איך האָב שוין געזען פֿאָרשטעלונגען, וועלכע מע שטעלט אויף די סטאַדיאָנען, אין צירק — די גרעסטע רעזשיסאָרן אין דער וועלט; אָבער אַזאַ אַטראַקציע, ווי דער אַנטיפֿאַשיסטישער מיטינג אין ניו־יאָרק, אין 1943, האָט געקאָנט שטעלן נאָר מיכאָעלס. פֿאָדערן פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג, נישט בעטן — פֿאָדערן, צו עפֿענען דעם 2טן פֿראָנט — אַזוינס וואָלט זיך נישט דערלויבט דער פּרעזידענט אַליין!‟

מיכאָעלס באַזוכט אײַנשטיינען. בעת די מיטינגען האָט מיכאָעלס כּסדר איבערגעחזרט, אַז אין דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז קיין אַנטיסעמיטיזם נישטאָ. אײַנשטיין בײַ זייער טרעפֿונג האָט אויסגעדריקט זײַן צווייפֿל. ער האָט עס זייער קלאָר פֿאָרמולירט: „דער אַנטיסעמיטיזם — איז אַ שאָטן פֿונעם ייִדנטום!‟