חכמים אָן חכמת-החשבון

Full of Wisdom, but Bad at Math

דער פּלאַקאַט אויף אַ שאָסיי, וואָס רופֿט צו פֿאַרבעסערן די חרדישע בילדונג
Shulamit Seidler-Feller
דער פּלאַקאַט אויף אַ שאָסיי, וואָס רופֿט צו פֿאַרבעסערן די חרדישע בילדונג

פֿון ירמיהו ברענער (Forward)

Published June 21, 2013, issue of July 19, 2013.
גדליה גאָטדענגער
Shulamit Seidler-Feller
גדליה גאָטדענגער

גדליה גאָטדענגער חלומט צו ווערן אַ דיפּלאָמירטער פּסיכאָלאָג. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע 21־יאָריקע יונגע-לײַט, האָט ער אָבער קיינמאָל נישט באַקומען די געוויינטלעכע שול-בילדונג, הגם ער האָט פֿאַרבראַכט זײַן גאַנץ לעבן אין ערנסטע שטודיעס.

גאָטדענגער איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ ברוקלינער חסידישער קהילה און איז געגאַנגען אין די ישיבֿות, וווּ מע לערנט, ווי עס דערציילן אַ סך תּלמידים, כּמעט נישט קיין ענגליש און מאַטעמאַטיק, נישט געקוקט אויף די מלוכישע בילדונג-סטאַנדאַרטן.

„אינעם חדר האָבן מיר געהאַט קלאַסן פֿון ענגליש און מאַטעמאַטיק, אָבער תּמיד בײַם סוף פֿונעם טאָג‟, האָט געטענהט גאָטדענגער אין אַ טעלעפֿאָן-שמועס מיטן ענגלישן „פֿאָרווערטס‟. יעדער וועלטלעכער לימוד האָט געדויערט בלויז אַ שעה; די איינציקע סיבה, פֿאַרוואָס די דאָזיקע קלאַסן האָבן עקזיסטירט בכלל, לויט גאָטדענגערן, איז נאָר צו ווײַזן דער רעגירונג, אַז אין דער שול לערנט מען די וועלטלעכע דיסציפּלינען. למעשׂה, האָט מען דאָרט פֿאַקטיש גאָרנישט געלערנט.

שפּעטער, ווען גאָנדענגער האָט פֿאַרענדיקט דעם חדר און איז געגאַנגען זיך לערנען אין דער באָראָ-פּאַרקער וויזשניצער ישיבֿה, איז דער מצבֿ געוואָרן נאָך ערגער. זײַענדיק אַ בחור פֿון 13 ביז 18 יאָר, האָט ער בכלל נישט שטודירט קיין ענגליש אָדער מאַטעמאַטיק. אין דער ישיבֿה האָט מען אַפֿילו נישט געפּרוּווט צו שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז מע פֿירט דאָרטן וועלטלעכע לימודים. צום סוף, איז דער ישיבֿה-בחור געבליבן כּמעט אינגאַנצן אָן דעם נייטיקן מינימום פֿון בילדונג, מיט וועלכן ער וואָלט געקאָנט גיין אין קאָלעדזש.

דעם ענגלישן „פֿאָרווערטס‟ האָט זיך נישט אײַנגעגעבן צו פֿאַרבינדן זיך מיט די מנהלים פֿון די ברוקלינער ישיבֿות „אַהבֿת ישׂראל‟ און „אמרי חיים‟, וווּ גאָטדענגער האָט זיך געלערנט, כּדי אויסצוקלאָרן, צי דער ניוואָ פֿון וועלטלעכע לימודים איז דאָרטן טאַקע אַזוי נידעריק, הגם די צײַטונג האָט געפּרוּווט עטלעכע מאָל זיי אָנצוקלינגען.

דעם 5טן יוני, האָט גאָטדענגער דערזען, פֿאָרנדיק אויפֿן שאָסיי פֿון ברוקלין קיין קווינס, אַ גרויסן פּלאַקאַט מיטן באַקאַנטן מאמר-חז״ל, לויט וועלכן יעדער טאַטע מוז אויסלערנען זײַן זון אַ פֿאַך. דער פּלאַקאַט איז געשטיצט געוואָרן דורך דער אָרגאַניזאַציע „YAFFED‟ — אַן ענגלישע אַברעוויאַטור, וואָס מיינט „יונגע שטיצער פֿון אַ בעסערער בילדונג‟; דאָס איז אַ גרופּע אַקטיוויסטן, וועלכע זענען אויפֿגעוואַקסן אין חרדישע משפּחות און שטרעבן צו באַזאָרגן דעם בילדונג-מצבֿ אין זייערע קהילות.

נפֿתּלי מאָסטער, דער 27־יאָריקער גרינדער פֿון דער אָרגאַניזאַציע, האָט געזאָגט דעם ענגלישן „פֿאָרווערטס‟ אין אַן אינטערוויו, אַז זיי ווילן זיך ווענדן דירעקט צו די יונגע-לײַט, אָן קיין פֿאַרמיטלונג פֿון די רבנים און קהילה-פֿירער, כּדי דער חרדישער עולם זאָל אַליין פֿאַרשטיין די פּראָבלעם און זאָל בעטן די ישיבֿה-הנהלה צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ.

מאָסטער האָט דערציילט, אַז ס׳איז געווען פֿאַר אים שווער, צוערשט, אַפֿילו אויסצופֿילן ריכטיק די אַנקעטע פֿאַרן קאָלעדזש. שפּעטער האָט ער אָבער מצליח געווען און לערנט זיך איצט אינעם „האָנטער-קאָלעדזש‟ און גרייט זיך צו באַקומען אַ מאַגיסטער-דיפּלאָם, כּדי צו אַרבעטן ווי אַ סאָציאַלער באַאַמטער.

יוסי געשטעטנער, אַ וואָרטזאָגער פֿון די חרדישע קליענטן, וועלכער שרײַבט קאָמענטאַרן אויף ייִדיש אין דער פֿרומער נײַעס-אויסגאַבע „קול מבֿשׂר‟, איז מסכּים, אַז דער נידעריקער ניוואָ פֿון וועלטלעכער בילדונג איז אַ פּראָבלעם. פֿונדעסטוועגן, גלייבט ער נישט, אַז מע קאָן זי לייזן, אויב מע ווענדט זיך אויף אַזאַ אופֿן צו דעם חרדישן עולם. אַ „טיפּישער חסידישער יונגערמאַן‟, האָט ער געזאָגט דעם ענגלישן „פֿאָרווערטס‟, וועט נישט נעמען ערנסט אַ פּלאַקאַט, וואָס הענגט אויף אַ שאָסיי. לויט זײַן מיינונג, מוז מען שאַפֿן אַ ברייטע באַוועגונג, כּדי צו בײַטן די גאַנצע סיסטעם פֿון פֿרומער בילדונג.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.