ייִדיש־לימוד פֿאַר ישׁראלדיקע לערער

Yiddish 101 for Israeli Teachers

די תּלמידים פֿון דער „גימנסיה ריאלית‟, אין ראשון לציון, זינגען אַ ייִדיש ליד בעת אַ חורבן־הזכּרה־צערעמאָניע, דעם 15טן אַפּריל 2013
Courtesy of Gimnasia Realit
די תּלמידים פֿון דער „גימנסיה ריאלית‟, אין ראשון לציון, זינגען אַ ייִדיש ליד בעת אַ חורבן־הזכּרה־צערעמאָניע, דעם 15טן אַפּריל 2013

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published June 23, 2013, issue of July 19, 2013.

אָנהייבנדיק פֿון נאָוועמבער, וועלן די ישׂראלדיקע לערער קאָנען אויסקלײַבן ייִדיש־שטודיעס ווי זייער דערגאַנצונג־קורס צו באַקומען צוגאָב־קרעדיט, האָט איבערגעגעבן דער אינספּעקטאָר פֿונעם ייִדיש־לימוד בײַם ישׂראלדיקן בילדונג־מיניסטעריום, ד״ר מרדכי יושקאָווסקי.

בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט יושקאָווסקי דערקלערט, אַז דער אינטערעס צו ייִדיש איז לעצטנס ממשותדיק געוואַקסן אין ישׂראל, ווי מע קען זען פֿון דער גרעסערער צאָל קלאַסן פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור, וואָס ציִען יעדעס יאָר צו טויזנטער מענטשן.

לויט די תּקנות פֿונעם ישׂראלדיקן בילדונג־מיניסטעריום, מוז יעדער לערער, כּדי צו באַקומען אַ צוגאָב־קרעדיט, פֿאַרענדיקן אַ 60־שעהיקן דערגאַנץ־קורס. צווישן די ברירות זענען ביז איצט געווען געשיכטע, העברעיִשע ליטעראַטור און אַנדערע געביטן, אָבער נישט ייִדיש. איצט, אויב זיי ווילן, וועלן זיי קענען אויסקלײַבן אַ קורס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור.

דער ייִדיש־קורס פֿאַר לערער איז אַ פּראָיעקט פֿונעם פֿרידלאַנד־ייִדיש־צענטער, וואָס געפֿינט זיך אינעם פּעדאַגאָגישן קאָלעדזש א״נ פֿון א. ל. לעווינסקי. ער ווערט פֿינאַנצירט דורך אַ סובסידיע פֿון מאַקס און טאָבי פֿרידלאַנד ע״ה, אַ פּאָרפֿאָלק וואָס האָט איבערגעלעבט אוישוויץ, און איז ביזן סוף פֿון זייער לעבן געבליבן ברייטהאַרציקע שטיצער פֿונעם ייִדיש־לימוד אין ישׂראל.

יושקאָווסקי איז זיכער, אַז עס וועלן זיך געפֿינען אַ היפּשע צאָל בעלנים פֿאַרן קורס. „איך פֿיר שוין אָן מיט צענדליקער דערגאַנץ־קורסן וועגן ייִדישער ליטעראַטור איבערן לאַנד. אַ סך לערער קומען צו די לעקציעס און זאָגן מיר, אַז זיי וואָלטן געוואָלט זיך ווײַטער לערנען וועגן דעם.‟

דער ייִדיש־לימוד רופֿט הײַנט אַרויס אַן אינטערעס נישט בלויז בײַ די לערער, נאָר אויך בײַ די תּלמידים. הײַיאָר האָבן 1,200 קינדער זיך געלערנט ייִדיש אין מער ווי 18 מיטלשולן איבערן לאַנד, אַרײַנגערעכנט די ORT־שול אין חולון; „גמנסיע ריאלית‟ אין ראשון לציון; „תיכון פּלך‟ אין ירושלים, און פֿיר מיידל־שולן פֿון די קאַלין־סטאָלינער חסידים. צווישן די לערער פֿון די קלאַסן זענען ורד קאָפּעל, דבֿורה קאָסמאַן און שושנה דאָמינסקי. פֿרוי קאָפּעל און פֿרוי קאָסמאַן האָבן ביידע צוגעגרייט ספּעציעלע לערנביכער פֿאַרן ייִדיש־קלאַס.

ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דעם אינטערעס צו מאַמע־לשון, האָבן אַ טייל פֿון די מיטלשולן אָנגעהויבן אַרײַנוועבן עלעמענטן פֿון דער ייִדישער קולטור מחוץ די ראַמען פֿונעם ייִדיש־קלאַס. אין אַפּריל, למשל, בעת אַ הזכּרה־צערעמאָניע אין דער „גימנסיה ריאלית‟ אין ראשון לציון, האָבן פֿיר תּלמידים אויפֿגעטראָטן מיט אַ חורבן־ליב אויף ייִדיש — אַ זאַך, וואָס איז געווען אומגעהערט בײַם פֿריִערדיקן דור סאַברעס, וועלכע האָט אָפֿט חוזק געמאַכט אָדער פּשוט זיך געשעמט מיט ייִדיש.

אינטערעסאַנט איז, וואָס ס׳רובֿ פֿון די מיטלשולן, וואָס האָבן הײַנט ייִדיש־קלאַסן, זענען די רעליגיעזע שולן. פֿינף זענען וועלטלעכע, און דרײַצן — רעליגיעזע. צווישן די רעליגיעזע לערן־אַנשטאַלטן, זענען זיבן פֿון זיי חב״ד־שולן.

„אין די חב״ד־שולן פֿאַר מיידלעך, זענען אַ העלפֿט פֿון די תּלמידות אין די ייִדיש־קלאַסן ספֿרדישע,‟ האָט יושקאָווסקי באַטאָנט. „זיי ווילן זיך לערנען ייִדיש, ווײַל אַזוי האָט דער רבי געהייסן. ער פֿלעגט זאָגן, אַז ייִדיש איז דער אָפּשײַן פֿון קדושה.‟

דער לערער־קורס וועט נישט זײַן קיין שפּראַכקלאַס, נאָר אַ קורס פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין העברעיִשער איבערזעצונג, כּדי די לערער זאָלן האָבן אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט דער טויזנט־יאָריקער ייִדישער קולטור.

אַ טייל פֿון די לערער ווילן אָבער קענען מער ווי בלויז די העברעיִשע איבערזעצונג פֿון ייִדישע מײַסטערווערק. איין לערערין אַזאַ איז חנה אָרקין־צמיר. אין 2007, נאָכן נעמען אַ קלאַס וועגן ייִדישער ליטעראַטור, איז אָרקין־צמיר, אַן אײַנוווינערין פֿון כּפֿר־סבא, אַזוי באַגײַסטערט געוואָרן, אַז זי האָט אָנגעשריבן אַ רירנדיקן אַרטיקל אינעם זשורנאַל פֿונעם „ארגון המורים‟ (דער ישׂראלדיקער לערער־פֿאַראיין), מיטן קעפּל „מי מפחד מיידיש?‟ [ווער שרעקט זיך פֿאַר ייִדיש?], וווּ זי קריטיקירט די ישׂראלדיקע בילדונג־סיסטעם פֿאַר האָבן יאָרן לאַנג פֿאַרנאַכלעסיקט די ייִדישע שפּראַך און קולטור, און דערבײַ „בכּוח אָפּגעריסן אַ גאַנצן דור ישׂראלים פֿון זייערע וואָרצלען‟.

„ווי אַזוי האָט דער עם־הספֿר געקאָנט אַרויסוואַרפֿן אַזאַ עיקרדיקן טייל פֿון אונדזער געשיכטע?‟ האָט זי געפֿרעגט. דער אַרטיקל האָט געמאַכט אַ רושם, און צום טייל, אַ דאַנק דעם אַרטיקל, האָבן אַ צאָל לערער אָנגעהויבן פֿרעגן, וואָס איז טאַקע אַזוינס די ייִדישע קולטור?

„דורך דעם אַרטיקל, איז חנה אורקין געוואָרן ממש אַ מוסטער פֿאַר די ישׂראלדיקע לערער,‟ האָט יושקאָווסקי באַמערקט.

הײַנט קומען פֿאָר קלאַסן פֿון ייִדישער קולטור פֿאַר דערוואַקסענע אין די באַקאַנטסטע אינסטיטוציעס אין לאַנד. אינעם „ארץ־ישׂראל־מוזיי‟ אין תּל־אָבֿיבֿ, למשל, האָט ישקאָווסקי ערשט פֿאַרענדיקט אַ קורס, „ייִדישע דראַמאַטורגיע, טעאַטער און קינאָ‟, און איבעראַיאָר וועט ער לערנען אַ קלאַס, „אַ שטאָט מיט ייִדן פֿון כּתרילעווקע ביז תּל־אָבֿיבֿ‟, וועגן די אַמאָליקע ליטעראַרישע צענטערס, ווי ווילנע, וואַרשע און ניו־יאָרק. אין כּפֿר־סבא גייט איצט אָן אַ קלאַס וועגן דעם ליטעראַרישן זשאַנער אין דער ייִדישער ליטעראַטור — אַן איבערזיכט פֿון די ווערק פֿון נתן זאַבאַרע, דער נסתּר און משה קולבאַק. מע האָט הײַיאָר אויך געלערנט קלאַסן אינעם „בית־התפֿוצות‟ אין תּל־אָבֿיבֿ; „טיקאַטין־מוזיי‟ אין חיפֿה; אין אַשקלון, הרצליה און רעננה.

די וואָך האָט יושקאָווסקי געלערנט אַ קלאַס אין „יד־ושם‟ פֿאַר יענע לערער, וועלכע ברענגען גרופּעס ישׂראלדיקע קינדער אויף קולטור־טורן איבער פּוילן. „ביז צען יאָר צוריק האָט מען אין ׳יד־ושם׳ פֿאַרשוויגן דעם פֿאַקט, אַז ס׳רובֿ פֿון די זעקסן מיליאָן האָבן גערעדט ייִדיש,‟ האָט יושקאָווסקי באַמערקט. „הײַנט לערנט מען אין אַלע דערגאַנץ־סעסיעס פֿון ׳יד־ושם׳ — אויך וועגן דער ייִדישער קולטור.‟

יושקאָווסקי פֿירט אַליין דורך אַ יערלעכן טור פֿאַר די ישׂראלים, איבער די אַמאָליקע ייִדישע צענטערס אין אוקראַיִנע. (ער איז אַן אוקראַיִנע־געבוירענער, פֿון דער שטאָט וויניצע.) די 9־טאָגיקע רײַזע, וואָס ער רופֿט „אין די פֿוסטריט פֿון דער ייִדישער קולטור‟, ברענגט די באַטייליקטע צו די אָמאָליקע שטעט און שטעטלעך פֿון ייִדישער קולטור, אַרײַנגערעכנט טשערנעוויץ, בערדיטשעוו און אומאַן. במשך פֿון די יאָרן האָבן זײַנע טורן שוין געבראַכט בערך 3,000 מענטשן אויף די רײַזעס, האָט ער געזאָגט.

דערווײַל האָט יושקאָווסקי שוין אָנגעהויבן צוגרייטן דעם לערער־קורס, און זאָגט, אַז ער וועט פּרוּוון צו דערווײַזן, ווי אַזוי ייִדיש האָט, במשך פֿון דער געשיכטע, אויסגעפֿירט אַ צאָל ראָלעס: אַ היסטאָרישע מחיצה קעגן אַסימילאַציע; אַן אינסטרומענט פֿון נאַציאָנאַלער אידענטיפֿיקאַציע, און אַ בריק צווישן דער וועלטלעכער און רעליגיעזער קולטור, צווישן אַנדערע. „מיר וועלן פּרוּוון אַרײַנכאַפּן אַלע טויזנט יאָר פֿון דער ייִדיש־רעדנדיקער ציוויליזאַציע,‟ האָט ער געזאָגט.