ייִדישע קריפּטאָגראַפֿיע

Cryptography's Jewish Roots


פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 23, 2013, issue of July 19, 2013.

די וואָך האָט פֿאָלקער ראָט, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון קאָמפּיוטער-וויסנשאַפֿט בײַם בערלינער „פֿרײַען אוניווערסיטעט‟, איבערגעגעבן, אַז ער אַרבעט איבער אַ ספּעציעלער פּראָגראַם מיטן נאָמען „AdLeaks‟, וואָס וועט דערמעגלעכן אינגאַנצן באַהאַלטן די אינפֿאָרמאַציע אויף דער אינטערנעץ. אַ פֿאָרלויפֿיקע ווערסיע פֿונעם פּראָגראַם-קאָד איז פּובליקירט געוואָרן אויף דער וועבזײַט, וווּ עס ווערט פּרטימדיק דערקלערט דער אופֿן, ווי אַזוי די באַהאַלטענע אינפֿאָרמאַציע ווערט איבערגעשיקט. פֿאַראינטערעסירטע מענטשן קאָנען אויסנוצן דעם קאָד און שאַפֿן אויף זײַן סמך אייגענע ענלעכע פּראָגראַמען:

http://www.adleaks.org

נישט לאַנג צוריק האָט עדוואַרד סנאָודען, אַ געוועזענער מיטאַרבעטער פֿון דער אַמעריקאַנער אויסשפּיר-דינסט, „סי-אײַ-איי‟, פֿאַרשפּרייט די ידיעה וועגן דעם ריזיקן פֿאַרנעם פֿונעם אַמעריקאַנער רעגירונג-שפּיאָנאַזש אויף דער אינטערנעץ. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די געהיימע דינסטן שפּיאָנירן נישט בלויז איבער געוויסע פֿאַרדעכטיקטע יחידים, אָבער איבער דער גאַנצער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג, און פּרוּוון דערצו צו קריגן וואָס מער אינפֿאָרמאַציע וועגן די פּריוואַטע שמועסן פֿון אַלע מענטשן אין דער וועלט. שאָודען באַהאַלט זיך איצט אויס אין ענגלאַנד, ווײַל אין אַמעריקע דראָט אים תּפֿיסה פֿאַר זײַן אויסזאָג.

ראָט האָט דערקלערט, אַז מיט דער הילף פֿון דער נײַער פּראָגראַם וועלן אַזעלכע מענטשן קאָנען בלײַבן אַנאָנים. צו שיפֿרירן די אינטערנעץ-אינפֿאָרמאַציע איז בעצם נישט קיין גרויסע חכמה. אַ צאָל אומזיסטע פּראָגראַמען באַנוצן זיך מיט אַזאַ שיפֿער, וואָס אַפֿילו די געהיימע דינסטן האָבן ווייניק שאַנסן אים צו ברעכן. ווען אַ מלוכישע אָרגאַניזאַציע האָט דעם קאָנטראָל איבער אַלע טיילן פֿונעם אינטערנעץ-פֿאַרקער, קאָן זי אָבער אויסגעפֿינען דעם קוואַל פֿון וועלכן די אינפֿאָרמאַציע איז געקומען.

צוזאַמען מיט סווען דיטריטש, אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם סטיווענס-אינסטיטוט אין ניו-דזשערזי, האָבן די וויסנשאַפֿטלער געשאַפֿן אַ נײַע שיפֿער-סיסטעם, וואָס באַהאַלט אויס דעם קוואַל פֿון דער שיפֿרירטער אינפֿאָרמאַציע אויף אַ חידושדיקן אופֿן — שאַפֿנדיק אַן אילוזיע, אַז אַ ריזיקע צאָל מענטשן שיקן שיפֿרירטע אינפֿאָרמאַציע איינער דעם צווייטן; ממילא, וועלן די געהיימע דינסטן נישט קאָנען אויסגעפֿינען, פֿונוואַנען אַ געוויסע שיפֿרירטע ידיעה איז געקומען.

אין דער הײַנטיקער קאָמפּיוטער-תּקופֿה איז קריפּטאָלאָגיע — די חכמה פֿון שיפֿערס — געוואָרן באַזונדערס אַקטועל און אָנגעלאָדן מיט אַ בפֿירוש פּאָליטישן טעם. די שטיצער פֿונעם מלוכישן שפּיאָנאַזש האַלטן, אַז דער אויפֿזיכט איבער דער אינפֿאָרמאַציע העלפֿט די באַשיצן דאָס לאַנד פֿון מעגלעכע סכּנות. די קעגנער האַלט פֿאַרקערט, אַז די באַגרענעצונגען פֿון פֿרײַהייט און פּריוואַטקייט פֿון אינפֿאָרמאַציע איז גופֿא די גרעסטע סכּנה און אַ מין טעראָר מצד דער מלוכה.

ס׳איז אינטערעסאַנט אָבער, אַז די געשיכטע פֿון קריפּטאָגראַפֿיע איז אַ סך עלטער ווי די קאָמפּיוטער-טעכנאָלאָגיעס און איז תּמיד געווען פֿאַרבונדן מיט פּאָליטישע און מיליטערישע ענינים. דעם 15טן אַפּריל, האָט בתיה אונגאַר-סרגון, אַ ברוקלינער זשורנאַליסטקע, וועלכע שרײַבט געוויינלעך אויף געזעלשאַפֿטלעכע טעמעס, פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם פּאָפּולערן ייִדישן אינטערנעץ-זשורנאַל „טאַבלעט‟ אַ לאַנגע דערציילונג וועגן דעם מיסטעריעזן „ווויניטש-מאַנוסקריפּט‟ — אַן אַלטער כּתבֿ-יד, וועלכן קיינעם האָט זיך נאָך נישט אײַנגעגעבן צו דעשיפֿרירן.

ווילפֿריד ווויניטש, דער אַנטיק-האַנדלער, וועלכער האָט געפֿונען דעם דאָזיקן כּתבֿ-יד, האָט געגלייבט, אַז זײַן מחבר איז געווען ראָדזשער בעקאָן — דער באַרימטער ענגלישער פֿילאָסאָף און וויסנשאַפֿטלער פֿונעם 13טן יאָרהונדערט. שפּעטער האָבן די פֿאָרשער אָבער באַשטעטיקט, אַז דאָס בוך איז אָנגעשריבן געוואָרן מיט צוויי הונדערט יאָר נאָך בעקאָנען, מסתּמא אין צפֿון-איטאַליע. דער טעקסט פֿונעם בוך איז אָנגעשריבן מיט אַן אומבאַקאַנטן מין אַלף-בית; דער כּתבֿ־יד איז פֿול מיט בילדער פֿון פֿאַרשיידענע פֿלאַנצן, נאַקעטע נימפֿעס און אַנדערע מיסטישע סימבאָלן. אַ סך פּראָפֿעסיאָנעלע קריפּטאָלאָגן, אַרײַנגערעכנט אַמעריקאַנער אַגענטן פֿון אויסשפּיר-אינסטאַנצן, האָבן געפּרוּווט צו לייזן דעם סוד פֿונעם דאָזיקן בוך. דערווײַל האָט עס זיך קיינעם נישט אײַנגעגעבן, הגם אַ גאַנצע ריי מענטשן האָבן געמאָלדן, אַז זיי האָבן עס, כּלומרשט, דעשיפֿרירט.

סענסאַציעס וועגן נײַע כּלומרשטע אינטערפּרעטאַציעס פֿונעם „ווויניטש-מאַנוסקריפּט‟ האָבן צומאָל זייער אַ קוריאָזן טעם. מיט צוויי יאָר צוריק, האָט וויעקאָ לאַטוואַלאַ, אַ מענטש פֿון פֿינלאַנד, דערקלערט, אַז ער איז אַ „נבֿיא פֿון גאָט‟, דערפֿאַר קען ער פֿאַרשטיין דעם „ווויניטש-מאַנוסקריפּט‟. לויט זײַן מיינונג, איז עס אָנגעשריבן נישט אויף אַ געוויינטלעכער מענטשלעכער שפּראַך, נאָר דורך „כוואַליעס פֿון קלאַנגען און קלאַנגיקע טראַפֿן‟; דעריבער, קאָן בלויז אַן עכטער נבֿיא משׂיג זײַן די סודות פֿונעם דאָזיקן בוך.

אין איר אַרטיקל, האָט אונגאַר-סרגון באַמערקט אַן אינטערעסאַנטן מאָמענט. ווויניטש איז געווען אַ רעוואָלוציאָנער פֿון דער פּוילישער סעפּאַראַטיסטישער באַוועגונג, וועלכער האָט געהאָפֿט אָפּצוטיילן פּוילן פֿון רוסלאַנד. זיצנדיק אין תּפֿיסה, האָט ער אַמאָל דערזען אין דרויסן אַ שיינע פֿרוי, אויך אַ רעוואָלוציאָנערקע, וועלכער ער האָט שפּעטער צופֿעליק ווידער געטראָפֿן און האָט מיט איר חתונה געהאַט. ס׳איז נישט קיין חידוש, אַז אַ מענטש, וועלכער איז געווען באַטייליקט אין געהיימער רעוואָלוציאָנערער טעטיקייט, האָט זיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיטן מיטל-עלטערלעכן שיפֿרירטן טעקסט.

אַ גאַנצע ריי מגילות פֿון קומראַן — די באַרימטע מגילות-ים-המלח — זענען שיפֿרירט. ווי ס׳איז באַקאַנט, האָבן די מחברים פֿון דער קומראַנער קהילה געהערט צו אַ קהילה, וועלכע האָט געהאַט אַ שײַכות צו די איסיים, אַן אוראַלטע ייִדישע ראַדיקאַל־קאָמונאַלע באַוועגונג, און זענען אויך געווען אַ מין רעוואָלוציאָנערן, האָפֿנדיק צו באַטייליקן זיך אין אַן אַפּאָקאַליפּטישער מלחמה, כּדי צו שאַפֿן אַ מלכות פֿון יושר אויף דער וועלט. אַ טייל פֿון זייער קאָרעספּאָנדענץ און אַנדערע דאָקומענטן זענען געווען שיפֿרירט.

אין פֿאַרגלײַך מיטן „ווויניטש-מאַנוסקריפּט‟, האָבן די פֿאָרשער פֿון די מגילות-ים-המלח גרינג דעשיפֿרירט די טעקסטן. די מחברים האָבן זיך באַנוצט מיט דרײַ גענוג פּשוטע מינים שיפֿער; צומאָל האָבן זיי אויך אויסגעמישט די אותיות פֿון פֿאַרשיידענע שפּראַכן, געשריבן אויף העברעיִש לינקס אויף רעכטס, און אויסגענוצט אַ ספּעציעלן קאָד פֿאַר געוויסע טערמינען.

הײַנט זענען אַלע מגילות-ים-המלח צוטריטלעך אָפֿן אויף דער אינטערנעץ. פֿאַראינטערעסירטע לייענער קאָנען זיך באַקענען מיט די אוראַלטע ייִדישע שיפֿרירטע דאָקומענטן:

http://www.deadseascrolls.org.il/explore-the-archive/search#q=Cryptic



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.